ניו יארק – עלטערן פון קליינע קינדער האבן פארלאנגט פון די "עם-טי-עי" אז זיי זאלן זיי ערלויבן ארויפצופירן אפענע סטראלער קערידזשעס אויף אנגעפילטע שטאטישע באסעס. דער פארלאנג איז געקומען אין א פעטיציע פון איבער טויזנט אונטערשריפטן וואס א טאטע אין פלעטבוש האט געזאמעלט צו ערלויבן אז מען זאל מעגן ארויפפירן די נישט צוזאמגעלייגטע וויגעלעך אויף די באסעס. איינער אויף דער פעטיציע האט אנגעשריבן, אז איר קינד איז פונקט אין אזא צושטאנד ווי א פערזאן אין א "ווילטשעיר" וועלכער קען אויך נישט ארומגיין אן דעם, און אין דער צייט וואס מען לאזט נישט ארויף די וויגעלעך, לאזט מען ארויף די שטול-ראדן וועלכע נעמען אויף פול מער פלאץ אויף די באסעס. עם-טי-עי באאמטע האבן דערווייל נישט אפיציעל קאמענטירט איבער דער פעטיציע, אבער האבן שוין אין פארגאנגענהייט געזאגט אז די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט ארויף די קערידזשעס, איז צוליב'ן געפאר סיי פאר אנדערע פאסאזשירן און סיי פאר די פיצלעך קינדער וואס זיצן אין די קערידזשעס און קענען ווערן געווארפן אויב די באס קומט צו א פלוצימדיגן אפשטעל.


הוסף רשומת תגובה