וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט אפגעשטעלט די ליפערונגען פון די לאקהיד מארטין עף. 35 קאמפס עראפלאנען פאר 30 טעג, נאכדעם וואס זי האט געפונען ראסט און דזשאווער ארום געוויסע טיילן, און מען האט געמוזט ווארטן ביז מען האט געטראפן א לעזונג צום פראבלעם. די געשיכטע האט שוין פאסירט עטליכע וואכן צוריק, אבער איז ערשט יעצט געמאלדן געווארן. די ראסט איז געפונען געווארן ביי רוטינע מעינטענענס ארבעט ביים היל עירפארס באזע אין יוטא.
מען האט געפונען די ראסט דארטן וואו די דרויסנדיגע פאנעלן פון קארבאן פייבער באהעפטן זיך צום אלומינום קערפער פונעם עראפלאן. מען האט געמוזט זוכן א לעזונג צום פראבלעם. אמעריקע און אירע אליאירטע פארמאגן שוין אין דינסט 250 שטיק פון דעם פארגעשריטענעם קאמפס עראפלאנען. מען גלויבט אז דאס וועט נישט אפשטעלן די צילן פונעם פענטאגאן וועלכע פלאנירט אין 17' אריינצובאקומען נאך 66 שטיק פון דעם עראפלאן.
דער עראפלאן פראגראם מאכט אויס פאר א פערטל פון די גאנצע ביזנעס פון די גיגאנטישע לאקהיד מארטין פירמע. פארגאנגענעם פעברואר האט דער פענטאגאן אונטערגעשריבן די צענטע פאזע פונעם פראגראם, אין וועלכע זי צאלט צום ערשטן מאל אונטער 95 מיליאן דאלאר פער עראפלאן.

הוסף רשומת תגובה