שווייץ – א זיבן יעריג קינד, וועלכע האט געוואלט אנטלויפן פון די עלטערן, האט זיך אריינגעכאפט אינעם קאוינטרין עירפארט אין גענף, שווייץ, און האט זיך ארויפגעכאפט אויף אן עראפלאן. דאס קינד האט זיך ארויסגעכאפט פון די עלטערן ביים הויפט באן סטאנציע אין גענף, און האט גענומען א באן רייזע צום לופטפעלד, דארטן איז עס אריינגעגאנגען צום פראנצויזישן סעקטאר פונעם עירפארט. אינצווישן האבן די עלטערן גערופן די פאליציי, און מען האט באוויזן נאכצופאלגן דאס קינד ביז צום עירפארט, און מען האט דאס קינד נאכגעקוקט כסדר אויף די זיכערהייט סקרינס. אינצווישן איז דאס קינד דורכגעגאנגען די זיכערהייט וואכפונקטן, דורך זיך אויסמישן מיט פאסאזשירן און מאכן מען זאל גלויבן אז עס איז א קינד פון איינע פון די רייזנדע פאמיליעס. דאס קינד האט אפילו באוויזן זיך ארויפצושמוגלען אויף אן עראפלאן זעלבסט, ביז מען האט דאס קינד געכאפט און איבערגעגעבן פאר די פאליציי.

בילד: א קינד, אויף א פליגער, אנע רייזע בילעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל