וואשינגטאן – קאנגרעס האט נעכטן אפגעהאלטן פארהערן איבער די קאנטראקטן וואס די פארטא ריקא רעגירונג האט פארטיילט פאר פירמעס, וואס ווילן ארבעטן צוריקצושטעלן די עלעקטעריציטעט מאכט אין דעם געשעדיגטן אינזל. אמעריקע גרייט זיך צו שפענדן ביליאנען דאלארן פאר די הילפס אפעראציעס אינעם אינזל, אן אמעריקאנער טעריטאריע פון 3.4 מיליאן איינוואוינער, וואס איז שטארק געשעדיגט געווארן פונעם האריקעין מאריע, און רוב פון אירע טעריטאריעס פארמאגן זינט דאן נישט קיין עלעקטעריציטעט קראפט. עס איז געווארן א טומל נאכדעם וואס צוויי אומבאקאנטע פירמעס, ווייטפיש ענערדזשי האלדינגס און קאברא עקוועזישאנס, האבן באקומען פעטע קאנטראקטן אויף צוריקצושטעלן די עלעקטעריק פאוער אין דעם אינזל. געווענליך נעמט מען אויף יוטיליטי פירמעס פאר דער ארבעט, אבער יוטיליטי פירמעס ווילן נישט איינשטעלן מיט פארטא ריקא, אלס זארג אז די דארטיגע באנקראטירטע רעגירונג וועט נישט צאלן.

בילד: קאנגרעס פארהערט פארטא ריקא קאנטראקטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל