וואשינגטאן. – פרעזידענט דאנאלד טראמפ פלאנירט צו נאמינירן דעם איצטיגן "פעדעראל רעזערוו" גאווערנאר, דזשעראום פאועל, אלס דער נייער טשעירמאן פונעם "פעדעראל רעזערוו", דאס קומט נאכדעם וואס דער טערמין פונעם איצטיגן טשעירמאן, פרוי דזשענעט יעלען, לויפט אויס אין אנהויב 18'. פאולע האט א גוטע רעפוטאציע, פרעזידענט טראמפ האט אים און זיין פאמיליע געמאלדן אז ער פלאנירט אים צו נאמינירן פאר אט דעם וויכטיגן אמט, און מען גלויבט אז עס וועט דורכגיין. מען גלויבט אז פאועל וועט פארזעצן די ליניע פון פרוי יעלען, אין וועלכע די פראצענט ראטעס וועלן זייער פאמעליך געהויבן ווערן כדי נישט צו דעסטאביליזירן די עקאנאמיע.

בילד: טראמפ וועט מעלדן נייעם פעדעראלן רעזערוו פארזיצער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל