וואשינגטאן – כאטש מען רעדט נאר פון איין געוועזענעם קאמפיין איינגעשטעלטן וואס קאאפערירט מיט ראבערט מוללער'ס אויספארשער, איז דא נאך איינער וואס האט געדינט אין א הויכע ראלע אינעם קאמפיין וואס רעדט און קאאפערירט מיט די גרענד-דזשורי. לויט די באריכטן איז דאס דער קאנסערוואטיווער אקטיוויסט סעם קלאוויס, וועמען טראמפ האט אויפגענומען צו דינען אלס הויפט סייענטיסט אינערהאלב דעם פעדעראלן אגריקולטור דעפארטמענט. קלאוויס שטייט אויס א פארהער אינעם סענאט צו קענען באשטעטיגט ווערן פאר דער פאזיציע, און עס איז געסקעדזשועלט זיך אנצוהייבן אין געציילטע וואכן ארום. ווי די באריכטן לויטן, איז קלאוויס געווען דער וואס האט ארויסגעהאלפן דעם טראמפ קאמפיין ראטגעבער דזשארדזש פאפאדאפולוס מיט עצות וויאזוי זיך אומצוגיין ביים קאמיוניקירן מיט די רוסן אין לויף פונעם קאמפיין, און יעצט טוט קלאוויס קאאפערירן מיט מוללער'ס אויספארשער, און גיט מעגליך איבער אינפארמאציע וואס וועט פירן צו פרישע אנגעקלאגטע.

בילד: נאך א טראמפ באאמטער קאאפערירט מיט מוללער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל