וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלייקנט די באריכטן אז ער דרייט זיך ארום אויפגערעגט איבער די אנטוויקלונגען ארום דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער און די רוסלאנד אויספארשונג. דער באריכט איז ערשינען אין "וועניטי פעיר", וועלכע שילדערט אז טראמפ האט זיך ארומגעדרייט מאנטאג איבער'ן טאג ממש אן קיין קאפ, און פארנאכטס האט ער טעלעפאנירט סטיוו בענאן, זיין געוועזענער הויפט סטראטעגיסט, זיך אביסל אויסצוגיסן דאס הארץ. רעדנדיג מיט בענאן, האט טראמפ געזאגט אז ער זעט איין אז זיין איידעם דזשעראד קושנער איז די גאנצע שולד איבער'ן מוללער אויספארשונג, צוליב זיינע ביזנעס האנדלונגען מיט רוסלאנד. טראמפ האט געגעבן א טעלעפאנישע אינטערוויו פאר'ן ניו יארק טיימס נעכטן ביינאכט, אין וועלכע ער איז אנגעפרעגט געווארן צי ער איז ברוגז אויף מענטשן וועגן די רוסלאנד אויספארשונג. "איך בין אייגנטליך נישט גערעגט אויף קיינעם", האט טראמפ רעאגירט טרוקן.

בילד: טראמפ: כ'בין נישט ברוגז איבער מוללער אויספארשונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל