לאנדאן – דער פירער פון א בריטישע נעא-נאצי באנדע איז אנגעקלאגט געווארן מיט קלאגעס אז ער האט געשטופט זיינע מיטגלידער דורכצופירן א מארד קעגן א באקאנטן איד אין ענגלאנד. די פאליציי האבן נישט ארויסגעגעבן די אידענטיטעט פונעם מענטש וועמען די מיטגלידער פון די נעא-נאצישע "נעשאנעל עקשאן" באנדע האבן געפלאנט צו דערמארדן, אבער מען האט געזען א סטעיטמענט פון די בריטישע פארלאמענט מיטגליד ראוזי קופער (Rosie Cooper) אז זי באדאנקט זיך פאר די פאליציי פאר'ן ראטעווען איר לעבן, וואס האט געברענגט שפעקולאציעס אז פון איר איז די רעדע. די פאליציי אין מאנטשעסטער, ענגלאנד האבן געזאגט אז צווישן די אנגעקלאגטע איז געווען קריסטאפער לייטגאו און פינף אנדערע, און זיי זענען געקלאגט געווארן אונטער די טעראריזם געזעצן. די פלאן דורך די נעא-נאציס, ווארשיינליך אומצוברענגען פארלאמענט מיטגליד קופער, קומט איין יאר נאכדעם וואס א נעא-נאצי ביים נאמען טאמעס מעיר האט אומגעברענגט דעם פארלאמענט מיטגליד דזשאו קאוקס, צוליב איר שטיצע פאר פליטים.
הוסף רשומת תגובה