פוילן – א גרופע ארכעאלאגן אין פוילן זענען ארויסגעקומען מיט א מעלדונג איבער א טרויעריגע אויפדעקונג וואס זיי האבן געמאכט ביים ארט וואו עס האט זיך געפונען דער "גראסס-ראוזען" נאצי טויט לאגער, ווען זיי האבן אנטדעקט א גרויסן מאסן-קבר וואס פארמאגט די איבערבלייבענישן פון ארום 300 אידישע קדושים הי"ד וועלכע זענען דערמארדעט געווארן אין די הענט פון די ברוטאלע נאציס ימ"ש אינעם לאגער. די ארכעאלאגן האבן געזאגט אז זייער קומענדיגע שריט וועט זיין צו אידענטיפיצירן די אידענטיטעטן פון די אומגעקומענע אינעם קבר, וואס האט באלד ארויסגערופן זארג ביי פוילישע אידישע עסקנים. דער "גראסס-ראוזען" נאצי טויט לאגער איז אוועקגעשטעלט געווארן אין אוגוסט יאר 940', און אין לויף פון דער צייט וואס דער לאגער האט עקזיסטירט, האבן זיך דארטן געפונען ארום 125 טויזנט העפטלינגען, כמעט אלע פון זיי זענען געווען אידן. לויט די אפיציעלע חשבונות, זענען איבער פערציג טויזנט אידן אומגעקומען אינעם לאגער.

הוסף רשומת תגובה