שפאניע – קארלאס פוזשעמאנט, דער געוועזענער פירער פונעם קאטאלאניע ראיאן אין שפאניע, וועמען די שפאנישע צענטראלע רעגירונג האט ארויסגעווארפן פון אמט צוליב וואס ער האט ארגאניזירט דעם קאמפיין צו פרובירן דערקלערן קאטאלאניע אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד, האט נעכטן קאטעגאריש דערקלערט אז ער וועט נישט צוריקקומען קיין שפאניע אויפצוטרעטן ביי א פראצעס. פוזשעמאנט איז צווישן א גרופע קאטאלאניער פירער קעגן וועמען די צענטראלע שפאניער רעגירונג האט אריינגעגעבן קלאגעס אין פארבינדונג מיט'ן זעלבסטשטענדיגקייט רעפערענדום, און פוזשעמאנט האט געהויבן פיס און אנטלאפן קיין בעלגיע ווי נאר ער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט. אויב וועט ער טאקע נישט צוריקקומען קיין שפאניע אויפטרעטן ביי א פראצעס, האט די שפאנישע רעגירונג די לעגאלע מאכט ארויסצוגעבן אן אינטערנאציאנאלן ארעסט באפעל אויף אים. פוזשעמאנט זאגט אז ער זוכט נישט צו מאכן קיין פראבלעמען, און ער קען גערן אויפטרעטן און רעדן דורך ווידעא-קאנפערענץ פון בעלגיע.

בילד: געווארפענער קאטאלאניער פירער: כ'קום נישט צוריק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל