פאקיסטאן – די אמעריקאנער סי-איי-עי שפיאנאזש אגענטור האט נעכטן פובליצירט צענדליגער טויזנטער דאקומענטן פאר'ן פובליק, וואס די דאקומענטן זענען קאנפיסקירט געווארן דורך די נעווי סיעל זעלנער ביי זייער געוואגטע אפעראציע אין מאי יאר 11', וואו זיי האבן געכאפט און אומגעברענגט דעם מייסטער טעראר פירער אסאמא בין לאדין אין זיין באהעלטעניש היים אין אבאטעבאד, פאקיסטאן. אלעס אינאיינעם זענען נעכטן פובליצירט געווארן נאענט צו 470 טויזנט דאקומענטן, וואס נעמט אריין ליסטעס פון ביכער און אנדערע ליין מאטעריאל און אונטערהאלטונגען וואס בין לאדין האט פארמאגט, אבער די מערסטע אינטערעסאנט איז דער פריוואטער טאג–בוך וואס בין לאדין האט אפגעשריבן, וואו מען זעט צווישן אנדערן אז ער שרייבט אז א באזוך אלס יונג אין לאנדאן, האט אים איבערגעצייגט אז "די מערב וועלט איז דורכגעפוילט". אינעם בוך זעט מען אויך בין לאדין'ס רעכענונגען און פראקטישע פלענער פאר על קאידא אפעראציעס איבער דער וועלט.

בילד: פרישע בין לאדין דאקומענטן פובליצירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל