סעאל – א געוועזענער הויכראנגיקער באאמטער פון דעם צפון קארעא רעזשים, וועלכער האט דעפעקטירט צו דער מערב וועלט, זאגט אז עס איז זייער וויכטיג צו פרובירן א דיפלאמאטישע לעזונג מיט צפון קארעא. טאו יאנג האו (Thae Yong-Ho) האט געדינט אלס דיפלאמאט אין צפון קארעא'ס אמבאסאדע אין לאנדאן, ביז ער האט דעפעקטירט מיט א יאר צוריק, און יעצט קומט ער אויף א באזוך אין וואשינגטאן, וואו ער וועט לייגן דרוק אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל פרובירן פירן דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט צפון קארעא. ווען האו האט דעפעקטירט, איז ער דאן געברענגט געווארן צום דרום קארעא הויפטשטאט סעאל, וואו ער האט איבערגעגעבן אומצאליגע סודות פון די פארמאכטע צפון קארעא. יאנג האו איז דער סאמע-העכסטער צפון קארעא דעפעקטירער אין היסטאריע, און ער זאגט אז אפגעזען ווי שלעכט דער מצב זעט אויס, ווייסט ער ערשטהאנטיג אז דיפלאמאטישע שריט ארבעט דאס בעסטע מיט די צפון קארעא רעזשים פירער.

הוסף רשומת תגובה