וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכט געשטורעמט אויף טוויטער איבער דער טעראר אטאקע אין ניו יארק סיטי, זאגנדיג אז עס קומט זיך טויט שטראף פאר'ן טעראריסט. "ער האט אומגעברענגט 8 מענטשן און שווער פארוואונדעט 12 אנדערע. ער דארף באקומען טויט שטראף!", האט טראמפ געשריבן.

טראמפ'ס שארפע ווערטער איז געקומען נאכדעם וואס ער האט איבער'ן טאג נעכטן געזאגט, אז ער האלט אז דער יוסטיץ סיסטעם וואס אמעריקע האט יעצט אין אפעקט ווען עס קומט צו טעראריסטן, איז נישט מער ווי "א וויץ", און דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער וואלט געשיקט דעם טעראריסט צו גואנאטאנאמא בעי.

צווישן אנדערן, האט מען נעכטן אויך געהערט א דראמאטישע עמוירדזשענסי רוף פון די פעדעראלע אויטאריטעטן, אז זיי זוכן אן אוזבעקיסטאנער פארשוין ביים נאמען מוכאמאדזיר קאדיראוו, אין פארבינדונג מיט דער אטאקע, און פארנאכטס האבן זיי געזאגט אז זיי האבן שוין יענעם געפונען און נעמען אים פאר אויספארשונג.

אויך איז דער טעראריסט סעיפולא סעיפאוו ערשינען אין געריכט אויסצוהערן די טעראר קלאגעס קעגן אים, און דאס איז געקומען נאך אויפדעקונגען אז ער האט זיך געגרויסט פאר זיינע אויספארשער מיט דער אטאקע, און ער האט זיך געוואגט צו פארלאנגען אז מ'זאל אויפהענגען אן אייסיס פאן אין זיין שפיטאל צימער.

בילד: פרעזידענט טראמפ: טויט שטראף פאר ניו יארק סיטי טעראריסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל