מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן ענדליך אנערקענט אז זי האט אויפגעכאפט א שטארקן שפרינג אין דער ראדיאציע וואס איז פארשפרייט אין דער לופטן אינעם ראיאן פון די אוראל בערג. אין די לעצטע וואכן האבן פילע אייראפעאישע לענדער באריכטעט איבער א ראדיאציע וואלקן וועלכע שוועבט העכער עטליכע געגנטער, און שטעלט אין געפאר אירע בירגער, און באלד זענען געטייטלט געווארן באשולדיגונגס–פינגער אויף רוסלאנד, אבער רוסלאנד האט נאכאנאנד געלייקנט און זיך בכלל אנטזאגט פון קאמענטירן. נעכטן האט שוין רוסלאנד יא רעאגירט און געזאגט אז די מאס ראדיאציע אינעם טשעלאבינסק ראיאן נעבן די אוראל בערג איז אצינד 986 מאל העכער ווי די נארמאלע געזונטע מאס, אבער די רוסישע רעגירונג לייקנט די באשולדיגונגען פון פראנקרייך און דייטשלאנד אז די ראדיאציע קומט פון אן ארויסרינונג ביי א פארלאזטער סאוועט-עפאכע נוקלעארער איינריכטונג, וועלכע געפינט זיך אין די אוראל בערג – וואס מיט 60 יאר צוריק האט פאסירט א טויטליכע נוקלעארע עקסידענט ביי יענער איינריכטונג.

בילד: רוסלאנד אנערקענט ראדיאציע געפאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל