בוענאס איירעס – נעכטן איז שטארק געוואקסן דער זארג איבער'ן פארשוואונדענעם סובמארין פון דעם ארגענטינער מיליטער, נאכדעם וואס ס'ווערט שוין באלד א וואך און מ'האט נאכנישט געפונען אפילו דאס מינדנסטע שפור דערפון. 44 זעלנער געפינען זיך אויפ'ן סובמארין, און נעכטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי סיגנאלן, וואס מען האט אין די לעצטע פאר טעג געהערט קומען פון די וואסער–טיפענישן, זענען בכלל נישט פונעם סובמארין. אויך האט מען נעכטן געהערט אז דער סובמארין וועט אויסלויפן פון אקסידזשען פאר די זעלנער, וויבאלד א סובמארין האט נאר אקסידזשען פאר 7 טעג אויב ס'קומט נישט ארויף העכער'ן וואסער. די זוכעניש איז אויסגעברייטערט געווארן נעכטן, אבער דער שטח אינעם וואסער, וואו מען זוכט, איז צוויי מאל אזוי גרויס ווי בוענאס איירעס.
הוסף רשומת תגובה