מאסקווע - אן ערנסטע נוקלעארע זארג הערשט אין פילע אייראפעאישע לענדער, נאכדעם וואס מען האט געהערט אז נוקלעארע מאטעריאל האט ארויסגעליעקט פון א נוקלעארע פלענט אין רוסלאנד אדער די דערנעבנדיגע קאזאכסטאן. די באריכטן איבער די ארויסרינונג, קומט פונקט א וואך נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן א פארדעכטיגטע נעפל און וואלקן העכער עטליכע שטעט אין ענגלאנד. דערווייל האט מען נישט געהערט פון קיין געשעדיגטע אלס רעזולטאט פונעם ארויסרינונג, אבער עס האט די מעגליכקייט צו פארשפרייטן די געפארפולע ראדיאציע פאר אפאר טויזנט מייל. די זארג מיט די ראדיאציע אין אייראפע, קומט אין די זעלבע צייט וואס עס הערשט אן אנגייענדיגע מאסיווע שעדליכע נעפל אין טיילן פון אינדיע, פון וועלכע הונדערטער זענען שוין אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און טויזנטער סקולס איבערן לאנד זענען אפגעשפארט.

בילד: נוקלעארע שרעק נאך ארויסרינונג פון פאבריק אין רוסלאנד

גענומען פון לוח היום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל