לאס אנדזשעלעס - די פאמיליע פונעם מאן ענריק גאריבעי רואיז (Enrique Garibay Ruiz), וועלכער האט געמאכט א רייזע צו די פאראייניגטע שטאטן א מאנאט צוריק, האט ארויסגעגעבן א ביטע אז ווער עס קען זאל זיי העלפן טרעפן דעם פארשוין, נאכדעם וואס זיי האבן נישט געהערט פון אים שוין פאר איבער א מאנאט. א נאענטער וואס איז געווען מיט אים אין קאנטאקט גיט איבער, אז דאס לעצטע מאל וואס ער איז געווען מיט אים אין פארבינדונג איז געווען אקטאבער 6, ווען ענריק איז געווען אין לאס אנזשעלעס, און האט געדארפט נעמען א פליגער צו אייראפע, און מאכן זיין לעצטן אפשטעל אין אונגארן. ענריק האט זיך באשעפטיגט מיט באהאנדלען קינדער וואס דארפן צוקומען צו ספעציעלע הילף. און ער האט געמאכט זיין רייזע צו די פאראייניגטע שטאטן אויף וואקאציע. ער איז אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן סעפטעמבער 15, און האט דערגרייכט קאליפארניע 10 טעג שפעטער. דאס לעצטע מאל וואס ער האט גערעדט מיט זיין פאמיליע איז געווען אקטאבער 5.


בילד:טוריסט פארשוואונדן פאר העכער א מאנאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל