נאכדעם וואס די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל און איר קאנסערוואטיווע פארטיי האבן געווינען ווידערערוויילונג מיט א שמאלע מערהייט איז זי געצווינגען צו זוכן פאליטישע שותפים און זי האט געזוכט צו ארייננעמען אין איר רעגירונג די לינקע גרינע פארטיי און די ״פרייע דעמאקראטן״ פארטיי, אבער די פארטייען האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן איבער אן אגענדע און פארשטייער פון די ״פרייע דעמאקראטן״ האבן נעכטן געמאלדן אז דערווייל זענען די געשפראכן אנולירט, מערקעל האט שטארק באדויערט זייער מעלדונג און געזאגט אז מען האט שוין געהאלטן נאנט צו אנקומען צו א פארשטענדעניש אבער זיי זענען געווען איבערגעאיילט צו ענדיגן די פארהאנדלונגען.

די פארטייען האבן געהאט מיינונגס פארשידנהייטן איבער אימיגראציע און איבער ענוויירמענטאלע אנלעגנהייטן, ביי ביידע זענען די אנדערע פארטייען מער לינק געשטימט ווי מערקעל, דאס לאזט איבער מערקעל מיט באגרעניצטע אויסוואלן, וויבאלד די אנדערע פארטייען האבן שוין געזאגט אז זיי ווילן נישט זיין א טייל פון די רעגירונג, זי קען אויך אויפשטעלן א מינאריטעט רעגירונג, אבער דאס וועט שטעלן די רעגירונג אין א שטענדיגע אומסטאביליטעט וויבאלד די אפאזיציע פארטייען וועלן קענען זיך פאראייניגן צו אויפשטעלן אן אלטערנאטיווע רעגירונג. דאס לאזט אפן די מעגליכקייט אז מען וועט דארפן פאררופן פרישע וואלן.

בילד: דייטשלאנד וועט מעגליך אפהאלטן פרישע וואלן נאכדעם וואס קאאליציע געשפרעכן זענען דורכגעפאלן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל