דעטרויט. - ווי שוין באריכטעט נעכטן אין קורצן, האט די האנדא קאר פירמע געמאלדן א מאסיוון צוריקרוף פון ארום 800 טויזנט פון אירע אדעסי מיניווענס. דער ריקאל איז צוליב וואס די צווייטע רייע זיצן זענען נישט גענוג שטארק אינסטאלירט, און עס קען זיך מאכן בשעת'ן ברעיקן מיט דער קאר, אז די גאנצע רייע זיצן זאל זיך אויפהייבן און פאלן אויף פאראויס. די ריקאל אפעקטירט די אדעסי מיניווענס פון 11׳ ביז יאר 17׳, און האנדא האט שוין באקומען 46 באריכטן פון מענטשן וואס זענען געשעדיגט געווארן פון אזעלכע פעלערהאפטיגע סיטס. האנדא וועט סוף דעצעמבער אנהייבן שיקן בריוון פאר אלע אייגנטימער פון די אפעקטירטע אדעסי מיניווענס, און זי וועט אינסטאלירן נייע סיטס פאר אומזיסט.

בילד: מער איבער מאסיווע האנדא אדעסי צוריקרוף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל