בעלגיע – די אייראפעאישע יוניאן גרייט זיך צו באשטעטיגן אן עמבארגא אויף ווענעזועלע, אז קיינער וועט נישט טארן פארקויפן קיין וואפנס פאר דער ווענעזועלער רעגירונג. די שריט פון די אייראפעאישע לענדער איז א דירעקטע רעאקציע צום אנגייענדיגן פאליטישן קריזיס אין ווענעזועלע, וואו דער פירער ניקאלעס מאדורע האט אונטערדרוקט זיין אפאזיציע, סיי דורכ'ן באפעלן די פאליציי זיך צו באנוצן מיט ברוטאליטעטן אפצושטעלן מאסן פראטעסטן, און סיי דורכ'ן אפשוואכן זיינע אפאזיציע פארטייען, דורכ'ן אויפנעמען אן אומלעגאלע אייגענע "קאנסטיטוציע קאמיסיע" וועלכע ער האט דערקלערט אלס די שטערקסטע מאכט, שטערקער ווי דער נאציאנאלער אסעמבלי וועלכע איז אונטער קאנטראל פון זיין אפאזיציע. א ווארטזאגער פאר דער אייראפעאישער פאראיין האט געזאגט, אז דער עמבארגא וועט באשטעטיגט ווערן ביז געציילטע טעג, און אויסער דעם קלערן די אייראפעאישע לענדער פון אנדערע סארט עקאנאמישע סאנקציעס קעגן ווענעזועלע.

בילד: אייראפע וויל עמבארגא קעגן ווענעזועלע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל