מאסקווע – אן אינטערנאציאנאלע דיפלאמאטישע געפעכט איז אנטשטאנען צווישן רוסלאנד און בולגאריע, ווען א רוסישע רעגירונג באאמטער האט געלאזט פאלן קאמענטארן אז דאס רוסישע מיליטער האט געראטעוועט אידן אין בולגאריע פון ווערן דעפארטירט צו נאצי לאגערן ביים צווייטן וועלט קריג. די קאמענטארן פונעם ווארטזאגער פאר דעם רוסישן אויסערן מיניסטעריום, מאריא זאקאראווא, איז געקומען נאכדעם וואס א מאנומענט, וואס באעהרט סאוויעטישע זעלנער אין בולגאריע'ס הויפטשטאט סאפיא, איז וואנדאליזירט געווארן מיט אנטיסעמיטישע גראפיטי. אין רעאליטעט האט רוסלאנד גארנישט געהאט מיט'ן ראטעווען די בולגארישע אידן פון אומקומען ביים קריג, נאר די בולגארישע רעגירונג אויטאריטעטן האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן און געוואגטערהייט האבן זיי געלאזט וויסן פאר די נאציס ימ"ש, אז זיי וועלן נישט אויספאלגן די פארארדענונגען צו דעפארטירן אלע אידן.

בילד: רוסלאנד און בולגאריע אין געפעכט איבער אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל