טוניזיע – א באקאנטער היסטאריקער וועלכער פארשט די צאל אידישע קרבנות פונעם צווייטן וועלט קריג אין די געגנטער און לענדער וואס זענען נישט אזוי באקאנט אין שפילן א ראלע ביים קריג, זאגט אז ער האט באוויזן אויפצודעקן אז אינעם לאנד טוניזיע זענען אומגעקומען נאענט צו זיבן הונדערט אידן אין די הענט פון די נאציס ימ"ש און זייערע קאלאבארירער, וואס דער ציפער איז פיל מער ווי מען האט ביז יעצט געקלערט, און ווי דער היסטאריקער זאגט וועלן די ציפערן מעגליך נאך מער שטייגן אין די קומענדיגע יארן, ווען מער דאקומענטן און באווייזן קומען אפיר. ביז היינט האט מען געוואוסט אז ארום 46 פון די אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' אין די לאגערן, אבער דאקטער וויקטאר העיאן זאגט אז ער האט געטראפן באווייזן אז דער ציפער טוניזיער אידן וואס זענען אומגעקומען אין נאצישע הענט, איז נענטער צו ארום 700, און ער זאגט אז עס פעלט זיך אויס געהעריג צו דערגיין די אידענטיטעטן און געשיכטעס פון די אומגעקומענע אידן, זיי צו קענען באעהרן.

בילד: מער טוניזיער אידישע קרבנות ווי געמיינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל