בעיזשינג – די כינעזער רעגירונג האט נעכטן צוגעשטעלט א מאסיווע קעניגליכע אויפנאמע פאר'ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, וועלכער איז דארטן אנגעקומען אלס טייל פון זיין לאנגע רייזע צו פארשידענע אזיאנער לענדער. דאס כינעזער מיליטער איז ספעציעל אויסגע'שורה'ט געווארן אויף די גאסן וואו טראמפ'ס מאטארקאדע איז אריבערגעפארן, רויטע טעפיכער זענען געווען אויסגעשפרייט אומעטום, און געקונצלטע מיליטערישע מארשירונגען און געזאנגען זענען אפגעהאלטן געווארן אין עהרע פונעם אמעריקאנער פרעזידענט. טראמפ איז געווען שטארק באאיינדרוקט פון דער קעניגליכער אויפנאמע וואס ער האט באקומען, און שפעטער, ביי א געמיינזאמען אויפטריט מיט'ן כינעזער פירער שי דזשינפינג, האט ער דאס עטליכע מאל אויפגעברענגט. טראמפ האט באזונדער געזאגט אז ער האלט אז ער און דזשינפינג האבן אויסגעארבעט א גאר נאענטע פריינטשאפט און זיי וועלן קענען לעזן די פראבלעמען פון צפון קארעא און האנדל-קאמפליקאציעס צווישן אמעריקע און כינע.

בילד: כינע טיילט צו קעניגליכע אויפנאמע פאר טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל