מאסקווע – רוסלאנד'ס נידריגערע פארלאמענט האט נעכטן באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט ערלויבן די רעגירונג צו פארלאנגען פון אינטערנאציאנאלע מידיא ארגאניזאציעס און אויסלענדישע זשורנאליסטן, אז זיי זאלן זיך אפיציעל רעגיסטרירן אלס "אויסלענדישע אגענטן", וואס באדייט אז אלע וועלכע ארבעטן פאר אויסלענדישע מידיא אגענטורן, אריינגערעכנט די סאמע גרעסטע אמעריקאנער צייטונגען און נייעס סטאנציעס וועלכע פארמאגן אפיסעס אין רוסלאנד'ס הויפטשטאט מאסקווע, וועלן פון היינט און ווייטער האבן גאר ערנסטע שוועריגקייטן ביים זיך וועלן ארומדרייען אין די רוסישע שטעט, וויבאלד וואו אימער זייער אידענטיפיקאציע קארטלעך וועלן פארלאנגט ווערן, וועט ארויפקומען אז זיי זענען אויסלענדישע, און פיינטליכע, אגענטן.

דער גאנצער פרישער פלאן פון דער רוסישער רעגירונג, קומט אלס נקמה צו דעם וואס די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג האט געצוואונגען "רוסלאנד טודעי", די רוסישע רעגירונג-געספאנסערטע מידיא אגענטור אין אמעריקע, זיך צו רעגיסטרירן אלס אויסלענדישע אגענטור.

בילד: רוסלאנד נעמט נקמה איבער זשורנאליסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל