קאראקאס – די ווענעזועלער רעגירונג האט נעכטן שטאלצירט מיט'ן פאקט אז זי האט באוויזן צו באקומען שטארקע פינאנציעלע שטיצע פון רוסלאנד און כינע, זאגנדיג אז די הילף וואס זיי האבן באקומען פון די צוויי לענדער, וועט ברענגען אז איר עקאנאמיע זאל זיך אנהייבן ערהוילן. די שטאלצירונג איז געקומען נאכדעם וואס די רוסישע רעגירונג האט באשטעטיגט אז ווענעזועלע מוז נישט אזוי אגרעסיוו באצאלן די חובות וואס זי איז שולדיג פאר רוסלאנד'ס נאציאנאלע בענק, און אויך האט מען געהערט פונעם כינעזער אויסערן מיניסטער אז ווענעזועלע "קען זייער גוט באהאנדלען די אישו פון זייערע חובות". דער ווענעזועלער פירער ניקאלעס מאדוראו פלאגט זיך מיט אן אנגייענדיגע פאליטישע קריזיס און ער פרובירט צו אונטערדרוקן זיין אפאזיציע, אבער א גרויסער פראצענט פונעם פאלק איז ברוגז אויף אים, צוליב'ן שווערן עקאנאמישן מצב אין לאנד. די גוטע פינאנציעלע נייעס וואס ער האט באקומען פון כינע און רוסלאנד, וועט אים העלפן בארואיגן דאס פאלק און בלייבן ביי דער מאכט.

בילד: ווענעזועלע שטאלץ מיט רוסלאנד און כינע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל