פאריז – דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי וועט אין די קומענדיגע טעג אפרייזן מיט זיין פאמיליע קיין פראנקרייך, נאכדעם וואס דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון האט אים געלאדנט פאר א באזוך, אלס טייל פון מאקרון'ס פארזוך אפצושטעלן די אנגייענדיגע אנגעצויגנקייט אינעם מיטל מזרח. הארירי האט מיט צוויי וואכן צוריק געמאלדן זיין רעזיגנאציע אין סאודי אראביע, זייענדיג אונטער צוואנג פון דער סאודיער מלוכה, און ער האט שוין זינט דאן געזאגט אז ער וועט מעגליך צוריקציען פון זיין רעזיגנאציע. מ'האט קודם מורא געהאט אז סאודי אראביע וועט בכלל נישט לאזן הארירי ארויספארן פון זייער לאנד, אבער זיי האבן קלארגעשטעלט אז ער איז פריי צו גיין ווען אימער ער וויל. אצינד אז פראנקרייך האט געלאדנט הארירי פאר א באזוך, זענען אויפגעקומען שפעקולאציעס אז דער ציל דערפון איז ווייל פראנקרייך וועט אים צושטעלן פאליטישע שוץ, אבער א מאקרון ווארטזאגער האט געזאגט אז דער באזוך וועט בלויז זיין א פריינטליכער באזוך.

בילד: לעבאנעזער הארירי'ס פוריגע פראנקרייך באזוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל