זימבאבווע – נעכטן האט דאס זימבאבווער מיליטער אפיציעל דערקלערט א פוטש קעגן דעם ארטיגן רעזשים פון ראבערט מוגאבעי, מעלדנדיג אז זיי האבן פארכאפט מאכט אין לאנד און זיי האלטן מוגאבעי אונטער ארעסט, פארשפרעכנדיג אז ער איז אין א גוטן צושטאנד און אז דער ציל פון זייער פוטש איז בלויז פטור צו ווערן פון "קרימינאלן" וואס דרייען זיך ארום מוגאבעי.

דער פוטש איז דערקלערט געווארן עטליכע טעג נאכדעם וואס דער זימבאבווער הויפט גענעראל האט אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז איבער דעם וואס מוגאבעי האט ארויסגעווארפן זיין וויצע פרעזידענט. מוגאבעי פירט שוין זימבאבווע פאר 37 יאר, און זייענדיג נאענט צו 100 יאר אלט, וויל ער פארזיכערן אז זיין פרוי וועט איבערנעמען די מאכט, און ארבעט צו בלאקירן זיינע געזעצליכע ערזעצער.

דאס זימבאבווער מיליטער האט אריינגעברענגט גרויסע טאנקען און מיליטערישע טרעקלעך צו דער הויפטשטאט, וואו זיי האבן באלאגערט אלע גרויסע רעגירונג געביידעס, אריינגערעכנט מוגאבעי'ס פרעזידענטליכע היים און די פארלאמענט געביידע. דערווייל זעט נישט אויס ווי קאנסטאנטינא טשיווענגא זוכט איבערצונעמען די מאכט, און מען קוקט פון איבער דער וועלט, צו זען וואס ס'וועט זיך אויסקאכן.

בילד: מיליטערישער פוטש אין זימבאבווע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל