ברוקלין – א נארוואס פארעפנטליכע אויספארשונג צייגט, אז די היימישע וויליאמסבורגער געגנט פארמאגט די העכסטע שטאפלען פון פארגיפטונג-בליי ראטעס אין לאנד, וואס איז געווען דריי מאל העכער ווי ס'איז געווען אין פלינט, מישיגען – וועלכע האט געליטן א היסטארישע וואסער קריזיס, וואס האט אויך געקאסט עטליכע פאטאליטעטן. בליי פארפעסטיגונג שאפט זיך אליינס אין גאר פארעלטערטע אייזערנע וואסער-רערן און ווי די אויספארשונג האט באשטעטיגט, האט מען אין וויליאמסבורג דורכגעפירט טעסטן אויף אזויפיל ווי 2,400 קינדער צווישן די יארן 05' און 15', און ביי 21 פראצענט פון זיי האט מען געפונען די הויכע בליי שטאפלען. באזונדער שטארק אלארמירנד איז, אז אין דער געגנט פונעם היימישן וויליאמסבורג, זענען ארום 25 פראצענט פון דער באפעלקערונג קינדער פון פינף יאר און יונגער, אין פארגלייך צו בלויז 6 פראצענט אין די איבעריגע טיילן פון שטאט.

בילד: וויליאמסבורג בליי פארפעסטיגונג איז געפארפול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל