סיאטעל – דער אנליין ריז "עמעזאן" זאגט אז זי האפט אז מענטשן וועלן לאזן דעליווערי ארבעטער צו עפענען די היים טירן און אראפלייגן די פעקלעך אין די אינעווייניגסטע קארידארן. עמעזאן זאגט אז ביז געציילטע וואכן, וועט זי לאזן אין גאנג א נייעם סערוויס, וואס וועט ווערן אנגערופן "עמעזאן קי", אז מענטשן וועלכע ווילן נישט אז ווען זיי באשטעלן א פעקל און ס'קומט אן צו זיי אהיים זאל עס ווערן איבערגעלאזט אינדרויסן, זאלן האבן די אפציע אז דער דעליווערי מאן זאל עס אריינטראגן אינעווייניג אינדערהיים. "עמעזאן קי" וועט ארבעטן נאר פאר אזעלכע וואס פארמאגן "עמעזאן פריים" מעמבערשיפ, און די וועלכע ווילן געניסן פון דעם סערוויס, וועלן דארפן איינקויפן א ספעציעלע עמעזאן קאמערע און א היים-שלאס וואס איז פארבינדן מיט "ווייפיי" צום אינטערנעט, וואס ס'וועט קאסטן ארום 250 דאלאר. עס וועט ארבעטן אז ווען מען קויפט עפעס איין אויף עמעזאן, וועט מען קענען אויסוועלן "אין הויז דעליווערי", און ווען דער דעליווערי מאן וועט אנקומען, וועט ער צום ערשט קלאפן. דערנאך וועט ער "סקענען" דעם פעקל, און א ספעציעלע קאמפיוטער סיסטעם וועט זיכער מאכן אז דער דעליווערי מאן איז ביים ריכטיגן היים און וועט אויטאמאטיש אויפשפארן די טיר, אז דער דעליווערי מאן זאל קענען אראפלייגן דאס פעקל אינעווייניג.

בילד: עמעזאן וויל עפענען אייער היים טיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל