מאנהעטן - אין ניו יארק סיטי גייט אפגעצייכנט ווערן דער פינפטער יארטאג זינט עס האט פאסירט דער מאסיווער האריקעין ״סענדי״, וואס האט באטראפן די סיטי מיט א היסטארישער שטארקייט און געברענגט דעסטרוקציע און שאדנס אין פילע געגנטער, אין ווערד פון ביליאנען דאלארן. אצינד צייגט א פרישער באריכט, אז טראץ וואס מען האלט שוין פינף יאר נאכ׳ן האריקעין, און ביליאנען דאלארן זענען שוין אויסגעגעבן געווארן אין פעדעראלע און סטעיט געלטער, טוען זיך אסאך וויכטיגע פארריכטונג פראיעקטן גארנישט פאראויסרוקן. צווישן די פארנאכלעסיגטע פראיעקטן, איז דאס וואס א גרויסע פראצענט פראדזשעקט געביידעס זענען נאכנישט געמאכט געווארן ״שטורעם פּרוף״, און אויך אז 17 פון די 42 סקול געביידעס וואס האבן געליטן שאדנס ביי סענדי, זענען נאכנישט אינגאנצן פארראכטן. אויסער דעם וועט זיך ערשט אנהייבן קומענדיגן יאר א פראיעקט אוועקצושטעלן ״פארפלייצונג ווענטלעך״ צו באשיצן די ״בעלוויו״, ״קאולער מעמאריעל״ און די ״מעטראפאליטען״ שפיטעלער פון איסט ריווער פארפלייצונגען.

בילד: סענדי פארריכטונג פראיעקטן פארנאכלעסיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל