וואשינגטאן – צוביסלעך הייבט מען אן זען מער און מער אינטערעסאנטע אויפדעקונגען פון די פרישע "קענעדי אטענטאט פיילס", וואס פרעזידענט טראמפ האט אויטאריזירט צו פובליצירן צום ערשטן מאל. צווישן די אויפדעקונגען זעט מען, אז דער קענעדי מערדער, לי הארווי אסוואלד, האט מיט צוויי מאנאטן בעפאר'ן אטענטאט, ווען ער האט זיך געפונען אין מעקסיקא, קאנפערירט מיט א רוסישן קעי-דזשי-בי אגענט אינעם רוסישן אמבאסאדע אין מעקסיקא סיטי, רעדנדיג צו יענעם אין א צעבראכענעם רוסיש. אויך זעט מען אז א בריטישע צייטונג האט 25 מינוט בעפאר'ן קענעדי אטענטאט באקומען א טעלעפאן רוף, וועלכע האט געווארנט אז "עס גייט קומען עפעס גרויסע נייעס אין אמעריקע". די דעטאלן קומען ארויס דורך זשורנאליסטן וועלכע אנאליזירן די טויזנטער דאקומענטן, און עס קומט אין דער זעלבער צייט וואס טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער פלאנירט אויך צו לאזן פובליצירן די סאמע לעצטע ביסל דאקומענטן, וואס זענען דערווייל נאך יא אין געהיים, און עס וועלן נאר אויסגעמעקט ווערן די נעמען און אידענטיטעטן פון מענטשן וואס זענען נאך ביים לעבן.

בילד: אינטערעסאנטע אויפדעקונגען אין קענעדי פיילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל