טענעסי - צוויי גרויסע ווייסע נאציאנאליסטישע ראליס זענען אפגעהאלטן געווארן נעכטן אין טענעסי, וואו די פראטעסטירער האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט באזעצט טויזנטער אויסלענדישע פליטים אין דער סטעיט. די צוויי ראליס, ארגאניזירט אונטערן נאמען ״ווייט לייווס מעטער״, זענען פארגעקומען אין שעלביוויל און דערנאך אין מורפריסבארא, וואס ביידע שטעט זענען נעבן נעשוויל, וואו א מערהייט פון די פליטים פון איראק און סאמאליע וואוינען. די ראליס זענען אריבער אנע באזונדערע אינצידענטן, טראץ מאסיווע קאנטער-פראטעסטן און העסליכע פרא-נאצי שילדן און לאזונגען וואס די ווייסע האבן גענוצט, וויבאלד די פאליציי האבן איינגעשטעלט גאר שטרענגע טשעק-פוינטס ארום דעם פראטעסט און נישט אריינגעלאזט קיין שום וואפנס אדער סיי וועלכע אביעקט וואס קען גענוצט ווערן אלס א וואפן. די פראטעסטן קעגן די פליטים קומען נאכדעם וואס די טענעסי סטעיט רעגירונג האט געקלאגט די פעדעראלע רעגירונג, זאגנדיג אז די פעדעראלע אויטאריטעטן טוען אומלעגאל צווינגען די סטעיט צו באצאלן פאר די פליטים קאסטן.

בילד: נאצישע אנטי-פליטים ראליס אין טענעסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל