סאן דיעגא – אין די קומענדיגע טעג, וועלן פעדעראלע רעגירונג ארבעטער אנהייבן דורכצופירן א סעריע טעסטס אויף די סעמפלס וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן פאר'ן מאסיוון מעקסיקא-אמעריקע גרעניץ וואנט וואס פרעזידענט טראמפ וויל בויען. אלעס אינאיינעם זענען פארהאן אכט פארטיגע סעמפלס, וואס פירמעס האבן אויפגעבויעט אין א ליידיגן מדבר אין סאן דיעגא, הארט נעבן דער אמעריקאנער גרעניץ מיט מעקסיקא, וואס די קאנטראקטערס האבן באקומען צווישן 300 טויזנט דאלאר און א האלבן מיליאן דאלאר אוועקצושטעלן זייער סעמפל און זיי האבן געהאט דרייסיג טעג עס אויפצובויען. טראמפ האט אויסגעלויבט די סעמפלס, און יעצט וועלן זיך אנהייבן פארשידענע טעסטן וואס וועלן דויערן צוויי מאנאטן, אויסצופרובירן ווי שטארק די ווענט זענען. די פעדעראלע ארבעטער וועלן ברענגען ספעציעלע גרויסע האמערס און אלע סארט געצייג וואס ווערן גענוג פאר דעסטרוקציע, און דער ציל פון די טעסטן וועלן זיין צו זען וועלכע פון די ווענט זענען די שטערקסטע דורכצומאכן סיי וועלכע פראבע עס איינצואווארפן און אפצושוואכן.

בילד: גרעניץ וואנט סעמפלס ווערן אויספרובירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל