וואשינגטאן – ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי זאגט, אז ס'קען זיין אז טראמפ גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין. קריסטי זאגט אז פיר יאר אין פאליטיק איז גאר א לאנגע צייט, נאכדערצו אז טראמפ האט ביז היינט נישט געדינט גארנישט אין פאליטיק. קריסטי זאגט אז ס'איז שטארק מעגליך אז טראמפ וועט באשליסן אז 4 יאר אלס פרעזידענט איז גענוג געווען, און קריסטי'ס ווערטער קומען אין דער זעלבער צייט וואס מען הערט אז ס'איז שטארק מעגליך אז עטליכע רעפובליקאנער וועלן זיך ארויסשטעלן אלס פריימערי קעגנער קעגן טראמפ אין יאר 020'. צווישן אנדערן האבן זשורנאליסטן אנגעפרעגט ביי די רעפובליקאנער סענאטארן באב קאורקער און דזשעף פלעיק – ביידע אנטי-טראמפ רעפובליקאנער און ביידע וועלכע רעטייערן פונעם סענאט ענדע קומענדיגן יאר – צי זיי וועלן לויפן קעגן טראמפ אין יאר 020', און ביידע האבן נישט געגעבן קיין קאטעגארישן "ניין" אלס ענטפער, נאר זיי האבן געזאגט אז דער וואל סעזאן איז נאך זייער ווייט אוועק.

בילד: קריסטי: טראמפ וועט מעגליך נישט לויפן נאכאמאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל