וואשינגטאן – די הויפט אינספעקטארס אפיס פון דער פעדעראלער רעגירונג, האט געעפנט אן אויספארשונג אויף טראמפ'ס ספעציעלע וואל שווינדלערייען קאמיסיע. די גאווערמענט אקאונטעביליטי אפיס זאגט, אז זי איז באזארגט אז די קאמיסיע, וואס איז געגרינדעט געווארן אויסצופארשן וואל שווינדלערייען אין אמעריקע, איז נישט גענוג אפן מיט איר סקעדזשועל, און אז די קאמיסיע צילט סתם ארויסצוקומען זאגן אז ס'איז טאקע דא וואל שווינדלערייען, אנדעם וואס זיי זאלן עס געהעריג גרונטליך אויספארשן. דעמאקראטן שרייען שוין לאנג אז די גאנצע גרינדונג פון דער קאמיסיע איז אן איבריגע זאך, אנצייגנדיג אויף פילע שטודיעס און פארשונגען וועלכע צייגן קלאר אז דער פראבלעם פון וואל פעלשערייען אין אמעריקע איז ממש פיצל, און עס זענען נישטא די מיליאנען פאלשע שטימען וואס טראמפ און די רעפובליקאנער באשולדיגן.
הוסף רשומת תגובה