איטאליע – אין די יעצטיגע טעג גייט זיך צוריק עפענען די היסטארישע שוהל אין פאלערמא, איטאליע, וואס איז אפגעשפארט געווארן מיט 500 יאר צוריק, ווען די אידן זענען פארטריבן געווארן. אין פאלערמא האבן געוואוינט א ריזיגע צאל אידן, און אידישקייט האט דארטן געבליעט אלס איינע פון די שענסטע אידישע צענטערן אין גאנץ אייראפע, ביז עס האבן זיך אנגעהויבן די גזירות קעגן דעם אייראפעאישן אידנטום, און אין דער זעלבער עפאכע פון גירוש שפאניע, זענען אויך די אידן פון פאלערמא פארטריבן געווארן. אלס רעזולטאט פון דער דעמאלטדיגער פארניכטונג פון אידישן עקזיסטענץ אין פאלערמא, איז דער היסטארישער שוהל אין פאלערמא איינגעווארפן געווארן, און אויפ'ן שטח האט מען אוועקגעשטעלט להבדיל אלפי הבדלות א קריסטליכע קירכע, וואס האט אזוי אנגעהאלטן איבער 500 יאר, ביז ווען ס'איז געקומען די פריידיגע מעלדונג פון דער קירכע פירערשאפט, אז זיי וועלן צוריקגעבן טייל פונעם שטח פאר אידן, מ'זאל דערויף קענען בויען א שוהל און א קאמיוניטי צענטער, און אין די נאענטע טעג וועט זיך עפענען די נייע שוהל.

בילד: פאלערמא שוהל וועט זיך צוריק עפענען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל