אדעסא – א זעלטענער אידישער מוזעאום אין אוקראינע, האלט זיך ביים אפשפארן צוליב א מאנגל אין געלט. דער מוזעאום געפינט זיך אין דער שטאט אדעסא, און איז דער איינציגסטער אידישער מוזעאום אין גאנץ אוקראינע. דער מוזעאום איז געגרינדעט געווארן מיט אפאר יאר צוריק, צו דאקומענטירן דאס אידישע לעבן אין אדעסא בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג, און עס פארמאגט א היסטארישע זאמלונג פון אידישע חפצים און אידישע דאקומענטן און ספרים. דער מוזעאום איז אוועקגעשטעלט געווארן א דאנק צוויי גרויסע ביישטייערונגען פון די ראטשילד פאונדעישאן און אנדערע אייראפעאישע אידישע ארגאניזאציעס, אבער אין די לעצטע פאר יאר האבן די מוזעאום אנפירער זיך געטראפן מיט אן ערנסטן מאנגל אין געלט. דער מצב האלט אזוי ווייט, אז זיי האבן נישט צו באצאלן מער קיין רענט פאר דעם הויז וואו דער מוזעאום איז סטאנציאנירט, און זיי האלטן עס ביים אפשליסן.

בילד: אוקראינער אידישע מוזעאום קלערט צו פארשליסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל