מערב ברעג – די פאלעסטינער אויטאריטעטן האבן באנייט זייער זיכערהייט קאאפעראציע מיט מדינת ישראל, נאך דריי חדשים וואס די קאאפעראציע איז געווען סוספענדירט. די קאאפעראציע איז געווארן אפגעשטעלט דורכן פאלעסטינער פרעזידענט מוכאמעד אבאס נאכדעם וואס מדינת ישראל האט געהאט אוועקגעשטעלט מעטאלענע דעטעקטארס ביים הר הבית, א שריט וואס האט געברענגט מאסיווע פראטעסטן און אן אינטערנאציאנאלן שטורעם אין דער אראבישער וועלט, צווינגענדיג מדינת ישראל, פארשעמטערהייט, אוועקצונעמען די מעטאלענע דעטעקטארס און אלע אנדערע פרישע זיכערהייט מאסנאמען וואס זיי האבן געהאט אוועקגעשטעלט. יעצט זאגן באריכטן אז אבאס האט זיך געבראכן פאר דעם שטארקן דרוק פון דער אמעריקאנער רעגירונג, וואס די טראמפ אדמיניסטראציע לייגט אויף אים זיך צו זעצן פריש צום פארהאנדלונגס-טיש, און אבאס האט מסכים געווען צוריקצושטעלן די זיכערהייט קאאפעראציע.

בילד: פאלעסטינער באנייען זיכערהייט קאאפעראציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל