אפריקע – פרישע דעטאלן זענען אפירגעקומען פון אנאנימע אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער, איבער דעם טויטליכן איבערפאל אויף אמעריקאנער זעלנער מיט א חודש צוריק אין ניידזשער, וואס האט זיך געענדיגט מיט 4 טויטע זעלנער. צווישן די פרישע דעטאלן זעט מען, אז א טאג בעפאר די גרופע אמעריקאנער זעלנער האבן זיך געגרייט צו פארן אויף זייער שפיאנאזש זאמלונג מיסיע צו דער שטאט טאנגא-טאנגא אין ניידזשער, האבן זיי באקומען אנווייזונגען אז די מיסיע האט זיך געטוישט אלס א מיסיע צו פארכאפן אדער אומברענגען א הויכראנגיקן טעראר פיגור. ווען די זעלנער האבן דאס געהערט, האבן זיי פארלאנגט מער שוץ, אריינגערעכנט א באוואפנטן דראון, אבער די מיליטערישע אויבערהארן האבן אפגעווארפן די פארלאנגען, אריינשיקנדיג די זעלנער צו דער מיסיע מיט מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען. אויך האט מען פון די פרישע דעטאלן געהערט אז דער זעלנער לא דעיוויד דזשאנסאן, פון די 4 אומגעקומענע, איז אומגעקומען ווען ער האט פרובירט צו ראטעווען זיינע קאלעגע-זעלנער וועלכע זענען געווען פארכאפט אונטער פיינטליכן פייער.

בילד: פרישע דעטאלן איבער ניידזשער אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל