שפאניע – ערנסטע כאאס הערשט אין שפאניע און אין גאנץ אייראפע, איבער'ן צוקונפט פון קאטאלאניע, דער רייכער ראיאן פון שפאניע, וואס האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשטימט זיך אפצורייסן פון שפאניע, טראץ וואס די שפאנישע רעגירונג האט דערקלערט אז די וואלן זענען אומלעגאל. די פירער פון קאטאלאניע האבן נאך די וואלן געזאגט, אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן אויף זייער קאמף פאר זעלבסטשטענדיגקייט, אויב וועט די שפאנישע רעגירונג זיך אראפזעצן מיט זיי פאר געשפרעכן, אבער למעשה האט דער קאטאלאניער פארלאמענט פרייטאג איבערראשט יעדן איינעם, שטימענדיג צו דערקלערן פולשטענדיגע זעלבסטשטענדיגקייט, אלס אן אייגן לאנד אפגעריסן פון שפאניע. דאס האט געפירט אז די שפאנישע רעגירונג האט דערקלערט אז זי נעמט איבער קאנטראל פון קאטאלאניע און זי האט אויפגעלעזט די אמטירנדע רעגירונג אין קאטאלאניע, ארויסווארפנדיג דעם קאטאלאניער פירער פוזשעמאנט פון אמט און פאררופנדיג פרישע וואלן פאר קאטאלאניע. די סעפעראטיסטן אין קאטאלאניע, דאס הייסט די וועלכע קעמפן אז קאטאלאניע זאל ווערן א זעלבסטשטענדיג לאנד, האבן פארשפראכן אז זיי וועלן נישט אויפגעבן זייער קאמף, טראץ די דראסטישע שריט פון דער שפאנישער רעגירונג.

בילד: כאאס און צעמישעניש איבער קאטאלאניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל