וואשינגטאן – אין א מאסיוון דורכברוך, האט מען נעכטן געהערט אז מ'קען דערווארטן דעם סאמע ערשטן ארעסט אין פארבינדונג מיט דער אויספארשונג ארום מעגליכע קאאפעראציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן.

לויט די באריכטן, האט א פעדעראלע גרענד דזשורי שוין ארויסגעשטעלט קרימינאלע קלאגעס קעגן א ספעציפישן פארשוין, נאכ'ן הערן באווייזן און אויפטריטן פון פעדעראלע פראקורארן, וועלכע ארבעטן אונטער ראבערט מוללער, וואס דינט אלס "ספעציעלער פראקוראר" און פירט אן מיט דער "טראמפ-רוסלאנד" אויספארשונג.

דערווייל ווייסט מען נישט קעגן וועמען די קלאגעס זענען, און ווען דער ארעסט וועט פאקטיש דורכגעפירט ווערן, וויבאלד גרענד דזשוריס ארבעטן אויף אזא פארנעם אז ס'בלייבט א געהיים ביז דער ארעסט וועט דורכגעפירט, אבער ווי מ'הערט וועט עס זיין א הויכראנגיקער טראמפ קאמפיין באאמטער אדער ווייסע הויז באאמטער.

בילד: ערשטער ארעסט דערווארט אין טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל