אָלבאַני. — ניו יאָרקער היים–אייגנטימער קענען ערוואַרטן אַ טשעק אין דער פּאָסט אָנהויב קומענדיגן חודש, ווען די סטעיט הייבט אָן אַרויסשיקן די לעצטע ווערסיע פון פּראָפּערטי–טעקס רעליעף.
אונטער די נייע פאָרמולאַציע, וועלן היים–אייגנטימער וועלכע קוואַליפיצירן פאַר די 'סטאַ"ר' הנחה אויף זייערע סקול–טעקסעס און פאַרדינען ווייניגער ווי 275 טויזענט דאָלער, באַצאָלט ווערן אַ פּראָצענט פון די 'סטאַ"ר' שפּאָרונגען אַלס אַ באָנוס, מיט פאַרשידענאַרטיגע פּראָצענט–צאָלן פאַר 'בעיסיק סטאַ"ר' געניסער און עלטערע לאָו–אינקאָם וועלכע באַקומען גרעסערע שטייער הנחות באַקאַנט אַלס 'ענהענסט סטאַ"ר'. סטעיט באַאַמטע ערוואַרטן צו שיקן אַ סך–הכל פון 2 מיליאָן טשעקס מיט אַ דורכשניטלעך סומע פון 179 דאָלער, אָנגעהויבן ביי אַן אומספּעציפישע צייט אין נאָוועמבער.
פאר 'בעיסיק סטאַ"ר' געניסער, וועט די סטעיט שיקן אַ טשעק צווישן 5.5 פּראָצענט און 28 פּראָצענט פון אַ פאַמיליע 'סטאַ"ר' שפּאָרונגען, ג ע וואָנדן אויף די איינקונפט. די פּראָצענט–צאָלן זענען אויסגעשטעלט זיך צו פאַרגרעסערן פאַר אַלע 4 איינקונפט קאַטעגאָריעס, אין יעדע פון די קומענדיגע צוויי יאָר.
פאַר אַ פאַמיליע מיט אַ געשאַצטע איינקונפט פון 75 טויזענט דאָלער ביז צו 150 טויזענט דאָלער, וועט די טשעק זיין היי–יאָר 20.5 פּראָצענט פון די 'סטאַ"ר' שפּאָרונגען, 42.5 פּראָצענט אין 18 ', און 60 פּראָצענט אין 19 '. אויב די 'סטאַ"ר' שפּאָרונגען פאַר הי ים–אייגנטימער אין דעם איי נ קונפט איז 1,000 דאָלער, וועט דאָס באַדייטן צאָלונ גען פון 205 דאָלער היי–יאָר, 425 דאָלער אין 18 ', און 600 דאָלער אין 19 '. אַ פאַמיליע מיט נידעריגע איינקונפט ווערן באַצאָלט גרעסערע פּראָצענט–צאָלן פון זייער 'סטאַ"ר' שפּאָרונגען ווי העכערע-פאַרדינער.
עלטערע–לייט מיט א יינקונפט גענוג נידעריג צו קוואַליפיצירן פאַ ר 'ענהענסט סטאַ"ר', וועלן היי–יאָר באַקומען טשעקס פאַ ר 12 פּראָצענט פון זייערע 'סטאַ"ר' שפּאָרונגען, 26 פּראָצענט אין 18 ', און 34 פּראָצענט אין 19 '.
דעם פאַרגאַנגענעם יאָר האָט די סטעיט איבערגעאַרבעט די 20 –יעריגע 'סטאַ"ר' פּראָגראַם, אַזוי אַז ווער עס האָט געקויפט אַ הויז אָדער געטוישט די נעמען אויף זייער 'דיעד' זינט 15 ', מוזן באַקומען זייער סקול שטייער–הנחה אַלס אַ טשעק פון אָלבאַני, אַנשטאָט אַ זאָפאָרטיגע רעדוקציע אויף זייער טעקס–ביל. היים–אייגנטימער וועלכע האָבן שוין די 'סטאַ"ר' קעליעף אויף זייערע טעקס–בילס זענען נישט אַפעקטירט געוואָרן.
עס איז שוין דאָס צווייטע יאָר זייט די סטעיט "טעקסעישאן ענד פיינענס דעפּאַרטמענט" האָט איינגעשטעלט אַן ענדערונג אין די 20 –יעריגע טעקס-רעליעף פּראָגראַם, וואָס פאַרלאַנגט אַז נייע 'סטאַ"ר' היים–אייגענטימער מוזן זיך רעגיסטרירן ביי די סטעיט צו באַקומען זייערע ריבעיט טשעקס אַנשטאָט צו באַקומען זייער רעדוקציע פון די סקול–טעקסעס. די ענדערונג איז דורך זייער שוואַך דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, לאָזנדיג היים–אייגענטימער וואַרטן לאַנגע חדשים פאַר זייערע טשעקס וואס האָבן געזאָלט אַרויסגעשיקט ווערן אין סעפּטעמבער, כדי זיי זאָלן קענען נוצן דאָס געלט צו העלפן באַצאָלן זייערע טעקסעס.
היי–יאָר, זעט אויס אַז די סטעיט איז אין אַ בעסערן פאָרם, נאָכ'ן געבן איר "טעקסעישאן ענד פיינענס דעפּאַרטמענט" די מעגליכקייט צו פאַרשנעלערן צאָלונגען דורך אָפּשאַצן וויפיל זי וועט זיין שולדיג אַ הויז–אייגענטימער אין טעקס-רעליעף, און זיי שיקן טשעקס פון פאָראויס אויב עס איז אין געפאַר פון ווערן שפּעט ביים אַרויסשיקן אויף פּאָסט די פּונקטליכע סומע. די דעפּאַרטמענט זאָגט, אַז דערווייל האָט זי אַרויסגעשיקט 170 טויזענט 'סטאַ"ר' טשעקס פאַר דעם סקול–יאָר, ווייט מער ווי די 107 טויזענט וואָס זי האָט באַוויזן אַרויסצושיקן ביז דעם פאַרגאַנגענעם פעברואַר פאַר די בילס פונעם פריערדיגן יאָר.

הוסף רשומת תגובה