הערימען. — איינער פון די מערסטע אומבאַלומפּערטע פּראָבלעמען וואָס ערוואַרטעט דעם קומענדיגן אָרענדזש–קאַונטי עקזעקוטיוו נעמט אַריין אַ סוער–פּלענט נעבן ריווער ראָוד וואָס קיין שום באַטייליגטער וויל נישט באַזוכן אָדער אפילו טראַכטן דערוועגן.

די קאַונטי-אָנגעפירטע סוער–טריעטמענט פּלענט וועלכע סערווירט פינף טאַונס און דריי ווילעדזשעס אין סאַוט–איסטערן אָרענדזש, איז שוין צוויי מאָל אויסגעברייטערט געוואָרן זינט עס איז געעפנט געוואָרן אין 75 ', אָבער וועט דערגרייכן איר קלימאַקס און וועט זיך נויטיגן אין אַ פרישע לעזונג בעת קרית יואל'ס באַפעלקערונג האלט אין איין וואַקסן בלעיה"ר. די אַרבעט פאַר קאַונטי–עקזעקוטיוו סטיוו ניוהאַוז אָדער זיין דעמאָקראַטישן אָפּאָנענט פּעטריק דעיוויס, וועט זיין צו דירעקטירן אַ פאָראויסגעזעענע קאָנפליקט איבער וויאַזוי אויסצוברייטערן סערוויס און צוטיילן די קאָסטן וואו עס געהערט, און גלייכצייטיג אויך צופרידנשטעלן די לאַנגיערעריגע פאָדערונגען פון מוניציפּאַלע פירער פאַר געוויסע קאָנטראָל איבער אַ סוער סיסטעם וואָס ווערט גענצליך פינאַנצירט דורך אירע איינוואוינער.

ביים רעאַגירן צו פּרעסע אָנפראַגעס, האָבן ניוהאַוז און דעיוויס קלאָר איינגעשטימט אויף איין זאַך אין די קאָמפּליצירטע דעבאַטע וואָס שטייט פאָראויס: די אַכט טאַונס און ווילעדזשעס פאַרדינען אַ מיינונג אין דער צוקונפט פון די אָרענדזש–קאַונטי סוער–דיסטריקט נומער– 1.

דעיוויס האָט אָנגעוויזן, אז 16 פון די 21 קאַונטי געזעצגעבער וועלכע קאָנטראָלירן די דיסטריקט'ס בודזשעט האבן נישט קיין איינוואוינער אין די סוער–דיסטריקט, אָנרופנדיג דאָס "אַ קלאָרע קעיס פון באַשטייערונג אָן רעפּרעזענטאַציע".

"עס איז נישטאָ קיין וועג פאַר די באַנוצער–קאָמיוניטיס זיי צו האַלטן פאַראַנטוואָרטליך", האט דעיוויס געזאָגט. "אינעם יעצטיגן סטרוקטור, ווערן די באַנוצער איבערגעלאָזט צו באַצאָלן דעם ביל פאַר "די–אי–סי" שטראָפן, לעגאַלע קאָסטן, ווען לאָקאַלע באַאַמטע נעמען שריט קעגן די קאַונטי, און די קאָסטן פון אויסברייטערן און פאַרריכטן".

ניוהאַוז האָט געזאָגט, אַז ער שטיצט אויפצוגעבן קאַונטי קאָנטראָל פון די סוער–דיסטריקט, אָבער האָט אויסגערעכנט פאַרפּלאָנטערטע באַשלוסן וואָס די מוניציפּאַליטעטן מוזן מאַכן איבער אַ "פירנדע" סטרוקטור. צווישן זיי: צי מען זאָל געבן פאַר יעדן טאַון און ווילעדזש גלייכע מאַכט אויף אַ סוער–באָורד, אָדער אַנשטאָט דעם שטימען באַזירט אויף די צאָל באַפעלקערונג — עפּעס וואָס קרית יואל מיט איר גרויסקייט און שנעלע וואוקס און נויט פאַר גרעסערע סוער–דיסטריקט, וועט קענען באַשטיין. די דיסטריקט קען אויך ווערן "צעשפּאַלטן אין צוויי אָדער אפילו דריי דיסטריקטס און באַצאָלט ווערן דורך וועמענס שריט עס פאַרלאַנגען די נייע סוער–אויסבעסערונגען", האָט ער געזאָגט.

ניוהאַוז און דעיוויס זענען אויך איינשטימיג אַז ראַטע–צאָלער אין ערטער ווי די מאָנראָו און הערימען ווילעדזשעס, זאָלן נישט דאַרפן באַצאָלן פאַר אַ אויסברייטערונג פּראָיעקט וואָס וועט זיי נישט בענעפיטירן.

אַלס טייל פון אַ לעגאַלער אויסגלייך אין 10 ', האָט דער געוועזענער קאַונטי עקזעקוטיוו עד דיאַנאַ אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך וואָס פאַרלאַנגט די קאַונטי אויסצוברייטערן די מעגליכקייט ווי נאָר די פאַראייניגטע באַנוץ פון די טריעטמענט פּלענט אין הערימען און קרית יואל דערגרייכט 85 פּראָצענט פון אירע באַגרעניצונג. זייט סעפּטעמבער, איז די דורכשניטליכע באַנוץ אין די פאַרגאַנגענע 12 חדשים געווען 75 פּראָצענט. די הערימען פּלענט איז אַריבער איר טעגליכע באַגרעניצונג פון 6 מיליאָן גאַלאָנען אין מערץ און אַפּריל, אָבער בלויז וויבאַלד קרית יואל האָט צייטווייליג פאַרקירעוועט פון איר פּלענט אַהין, זאָגן קאַונטי באַאַמטע.

א באַריכט פון אַ קאַונטי–קאָנסולטענט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר צייגט, אַז די קאַונטי קען צולייגן פּלאַץ פאַר נאָך 3 מיליאָן גאַלאָנען טעגליך צו די הערימען פאַבריק פאַר 51 מיליאָן דאָלער. דער באַריכט האָט אויך פאָרגעשלאָגן צו עפענען פּלאַץ ביי די הערימען פּלענט דורך פאַרקירעווען אַזויפיל ווי 750 טויזענט גאַלאָנען פּער טאָג צו גוישען'ס טריעטמענט פּלענט, אַ מעגליכקייט וואָס קען קאָסטן קרוב צו 23 מיליאָן דאָלער.

ניוהאַוז האָט אויסגעדריקט שטיצע פאַר די צווייטע געדאַנק, אַרגומענטינדיג אַז סטעיט און פעדעראַלע גרענטס קענען העלפן דאָס באַצאָלן, און האָט אויסגעשלאָסן נאָך אַן אויסברייטערונג ביי די הערימען פּלענט.

בילד: אָרענדזש–קאַונטי און 8 מוניציפּאַליטעטן שטייען אויס דילעמאַ איבער סוער–פּלענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל