אָלבאַני. — די "ניו יאָרק סקול–באָסעס קאָנטראַקטאָרס אַסאָסיעישאָן" האָט זיך אָנגעשלאָסן מיט די "נעשאָנעל אַסאָסיעישאָן פאָר פּיופּיל טראַנספּאָרטעישאָן" און די "נעשאָנעל סקול טראַנספּאָרטעישאָן אַסאָסיעישאָן", אין שטיצע פאַר די "נעשאָנעל סקול–באָסעס סעיפטי" וואָך, אַ יערליכע געשעעניש וואָס שטעלט פאָר סקול–באָסעס זיכערקייט.

די טעמע פאַר'ן היי–יעריגן "נעשאָנעל סקול–באָסעס סעיפטי" וואָך איז "שטעלט זיך אָפּ ביי רויט", מיט'ן דערמאַנען דרייווער אַז זיי זאָל זיך אָפּשטעלן ווען זיי זען די רויט–לעקטערס בליצן אויף אַ סקול–באָס. די "ניו יאָרק סקול–באָסעס קאָנטראַקטאָרס אַסאָסיעישאָן" נוצט אויס די געלעגנהייט צו באַנייען איר רוף דורכצופירן אַ געזעץ צו פאַרשטייפן די שטראָפן פאַר דרייווער וועלכע איגנאָרירן דאָס געזעץ און "פּעסן" אומלעגאַל אַ סקול–באָס וואָס נעמט אויף אָדער לאָזט אַראָפּ קינדער.

"די ניו יאָרק סקול–באָסעס קאָנטראַקטאָרס אַסאָסיעישאָן שטיצט די היי–יעריגע 'נעשאָנעל סקול–באָסעס סעיפטי' וואָך און די אָנגייענדע באַמיאונגען צו ברענגען מער באַוואוסטזיניגקייט צו וויכטיגע סקול–באָסעס זיכערקייט אישוס", האָט געזאָגט מייק מערטוסי, פּרעזידענט פון די ניו יאָרק סקול– באָסעס קאָנטראַקטאָרס. "צום באַדויערן, מיט די לעצטע אָפּשאַצונגען וואָס ווייזן אַז איבער 40 טויזענט דרייווער אין ניו יאָרק 'פּעסן' אומלעגאַל אַ שטייענדע סקול–באָס יעדן טאָג וואָס די שולע איז אין סעסיע, איז עס קלאָר אַז די יעצטיגע שטראָפן זענען נישט גענוג אַלס אַ צוריקהאַלט. מיר שטיצן שטאַרק דאָס דורכפירן פון פאַרבעסערטע געזעצן, באַזירט דורך די ניו יאָרק סטעיט סענאַטאָרן ריטש פונק און דזשאַן באָנעיסיק, צו פאַרגרעסערן שטראָפן אויף דרייווער וועלכע זעצן פאָר צו ברעכן דאָס געזעץ און שטעלן אונזערע קינדער אין געפאַר".

אונטער דעם יעצטיגן געזעץ, באַקומט דער דרייווער אַ טיקעט פאַר אַ ערשטער פאַרלעצונג וואָס קען ברענגען ביז צו אַ מאַקסימום פון 30 טעג אין טורמע, אַ געלט–שטראָף פון 400 דאָלער, און פינף פּוינטס אויף אַ לייסענס.

סענאַטאָר פונק'ס געזעץ–פאָרשלאַג — וואָס ווערט געספּאנסארט אין די אַסעמבלי דורך אַסעמבלימאַן קען דעבראָווסקי — וועט פאַרגרעסערן די רייע שטראָפן פאַר פאַרלעצער, פון אַ מינימום פון 400 דאָלער צו אַ מאַקסימום פון 1,500 דאָלער, געוואָנדן אויף די צאָל באשולדיגונגען. דאָס געזעץ וועט אויך פארלאנגען, אַז אַ מענטש וואס שעדיגט עמיצן בשעת 'פּעסן' אַ סקול–באָס זאָל אָנגעקלאָגט ווערן מיט אַן "עגרעוועיטעט וויקיולער עסאולט", און אויב אַ מענטש איז אומגעקומען אין דעם אינצידענט, וועט די געזעץ–פאָרשלאַג פאַרלאַנגען אַ קלאַגע פון קרימינאַלע פאַרנאַכלעסיגקייט מאָרד.

דאָס געזעץ–פאָרשלאַג פון סענאַטאָר באָנעיסיק — וואָס ווערט געספּאנסארט אין די אַסעמבלי דורך אַסעמבליפרוי גונטער — רופט פאַר אַ שטראָף וואָס אָל דרייווער'ס לייסענס אויף 60 –טעג סוספּענדירונג אויב דער באַטרעפנדער ווערט געפינען שולדיג פון אומלעגאַל 'פּעסן' אַ שטייענדע סקול–באָס פון מאָל צוויי מאָל אָדער מער אין אַ תקופה פון 10 –יאָר.

ביידע געזעץ–פאָרשלאַגן זענען שוין דורכגעגאַנגען אין די ניו יארק סטעיט סענאט איינשטימיג בעת די לעצטע לעגיסלאַטיווע סעסיע, אָבער האָט נאָכנישט באַוויזן זיך צו רוקן פאָראויס אין די ניו יארק סטעיט אַסעמבלי.

"סקול–באָסעס זענען דערווייל די זיכערסטע וועג פאַר אַ קינד אָנצוקומען און אַהיימצוקומען פון דער שולע יעדן טאָג, און סקול–דיסטריקטס און קאָנטראַקטאָרס טוען אַ פענאָמענאַלע אַרבעט דאָ אין ניו יאָרק. אונזערע אָנגייענדע זיכערהייט איניציאַטיווען, אַריינגערעכנט די 'נעשאָנעל סקול–באָסעס סעפטי' וואָך און אָפּעראַציע 'סעיף סטאַפּ', העלפּן אויך", האָט מערטוסי דערקלערט. "עס איז אָבער קלאָר אַז עס דאַרף מער געטאָן ווערן צו מאַכן די טראַנספּאָרטאַציע זיכערער. מיר וועלן ווייטער אַרבעטן נאָענט מיט די ניו יאָרק סטעיט לעגיסלאַטור דורכצופירן שטרעגנערע געזעצן אויף דרייווער וועלכע שטעלן אונזערע קינדער אין אַ וועג פון שעדיגן".

די "נעשאָנעל סקול–באָסעס סעיפטי" וואָך פון די "נעשאָנעל אַסאָסיעישאָן פאָר פּיופּיל טראַנספּאָרטעישאָן" איז אַ פּאָבליק עדיוקעישאָן פּראָגראַם פאַר עלטערן, סטודענטן, לערער, מאָטאָריסטן, סקול–באָסעס דרייווער, סקול אַדמיניסטראַטאָרן און אנדערע, צו אַדרעסירן די וויכטיגקייט פון סקול–באָסעס זיכערהייט. כדי צו העכערן סקול–באָסעס זיכערקייט, אָבזערווירן די סקול–דיסטריקטס איבער'ן לאַנד די "נעשאָנעל סקול–באָסעס סעיפטי" וואָך יעדעס יאָר אין די דריטע וואָך פון אָקטאָבער.

זעלבסטפאַרשטענדליך אַז מיר אידן וואָס יעדעס לעבן האָט אַ גרויסע חשיבות, און מיר זענען נצטווה געוואָרן אויפ'ן איסור פון לא תעמוד על דם רעך, דאַרפן באַזונדער זיין פאָרזיכטיג ביים דורכפאָרן אַ סקול באָס וואָס נעמט אויף אָדער לייגט אַראָפּ קינדער, מען זאָל עס ח"ו נישט פאַרנאַכלעסיגן לטובת די זיכערהייט פון אונזערע לעכטיגע דורות. און אַז מיר וועלן טאָן וואָס מען קען און מען איז מחוייב בדרך הטבע, און דער עיקר מתפלל זיין צום באַשעפער אַז ה' ישמור צאתנו ובואנו לחיים ולשלום, וועלן מיר זוכה זיין אַז דער אייבערשטער וועט אָפּהיטן צו אונזערע קינדער.

בילד: שטייפערע שטראָפן געשטיצט קעגן דרייווער וועלכע פאָרן דורך שטייענדע סקול–באָסעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל