מאָנראָו. — די מערהייט מענטשן וועלכע האָבן פאָרגעשטעלט פראַגעס אָדער האָבן גערעדט ביי די צווייטע "פּאָבליק אינפאָרמאַציע סעסיע" דעם פאַרגאַנגענעם מיטוואָך איבער דער שאַפונג פון די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" האָבן אָנגעדייטעט, אַז זיי וועלן שטיצן די רעפערענדום דעם קומענדיגן נאָוועמבער– 7 וואָס שלאָגט פאָר אָפּצוטיילן קרית יואל ווילעדזש און נאָך 220 עיקערס פון די איבריגע טייל מאָנראָו.

אָבער עס זענען פאַרבליבן פראַגעס איבער די אַלגעמיינע אַפעקט פון די אָפּטיילונג צווישן די קאָמיוניטיס אינעם קורצן טערמין און אין דער צוקונפט. טייל פון די אורזאַך איז, וויבאַלד קיין איינער פון קרית יואל ווילעדזש באַאַמטע האָבן זיך איינגעשלאָסן צו די פּאַנעל פון לאָקאַלע באַאַמטע פון הערימען, מאָנראָו טאַון און וו י לעדזש, אין צוגאָב צו פאָרשטייער פון "יונייטעד מאָנראָו". די סקול סופּעראינטענדענטס פון מאָנראָו-וואודבורי און קרית יואל זענען יאָ אָנוועזנד געווען ביי די יעצטיגע סעסיע.

אָבער עטליכע רעדנער האָבן באַצייכענט אַלס "היסטאָריש" דאָס וואָס האָט פּאַסירט און וואָס וועט פּאַסירן אין מאָנראָו.

דזשאַן קארל, דער געוועזענער מעיאָר פון מאָנראָו ווילעדזש, האָט געפרעגט אַ רייע פראַגעס צו מאָנראָו טאַון קאַונסילמאַן מייק מעקגין, וועלכער האָט אָנגעפירט דעם אָווענט.

צווישן די טעמעס וואָס ער האָט אויפגעברענגט איז געווען: וואָס וועט זיין די אַפעקט פון וואוקס אויף אָרענדזש–קאַונטי סוער דיסטריקט נומער– 1? ווער וועט צאָלן פאַר די אַפּגרעידס? פאַרוואָס נישט באַזייטיגן קרית יואל/פּאַלם–טרי פון דעם דיסטריקט און זיי לאָזן בויען אַן אייגענעם? פארוואס אַ טאַון און נישט אַ סיטי? וועט די טאַון זיך טיילן אין אָרענדזש–קאַונטי סעילס–טעקס אייננאַמעס? קומט נאָך די קרית יואל פייער דעפּאַרטמענט אַלע סטאַנדאַרטן? וואָס וועט זיין די אַפעקט פון די נייע טאַון אויף מאָנראָו פייער דיסטריקט?

"אַסאַך פון מיינע פראַגעס קענען נישט געענטפערט ווערן, ווייל עס איז נישטאָ קיינער אויפ'ן פּלאַץ ווער עס זאָל זיי ענטפערן", האָט קאַרל געזאגט. "איך בין באַזאָרגט, איך דאַרף אָננעמען אַ באַשלוס און איך דאַרף די אינפאָרמאַציע".

מעקגין האט געזאָגט, אַז קאַרל'ס פראַגעס וועלן אַריינגערעכנט ווערן אין די אָפיציעלע רעקאָרד פון די אינפאָרמאַציע–סעסיעס.

מאָנראָו ווילעדזש מעיאָר דזשים פּורסעל האָט געזאָגט, אז ער און אַ גרופּע פון זיבן אַנדערע באַאַמטע האָבן געהאַט אַ מיטינג מיט אָרענדזש קאַונטי איבער סוער דיסטריקט נומער– 1 איבער די קאָסטן אַלס פון די ריזיגע צאָל פרישע הייזער וואָס וועלן געבויט ווערן אין קרית יואל/פּאַלם–טרי. "פאַרוואָס זאָלן מיר באַצאָלן פאַר דעם?", האָט פּורסעל געפרעגט.

דער אַקאַונטענט ביל קאָטשרען פון די אַקאַונטינג פירמע "אַר–בי–טי" פון גוישען — וועלכע איז געדונגען געוואָרן דורך די מאָנראָו טאַון–באָורד אָפּצושאַצן די פינאַנציעלע אַפעקטן פון אַרויסציען די אייננאַמעס און קאָסטן פון די נייע מוניציפּאַליטעט פון די טאַון ביכער — זאָגט אַז די נייע טאַון וועט באַקומען סעילס–טעקס אייננאַמעס פון די קאַונטי. די קאַונטי טיילט–צו אַ פּראָצענט פון די סעילס–טעקס וואָס ווערט געשאַפן יערליך מיט אירע דריי סיטיס און 20 טאַונס.

אָנהויב פונעם מיטינג, האָט קאָטשרען פאָרגעשטעלט רעווידירטע ציפערן איבער וואָס עס וועט קאָסטן פאַר היים–אייגנטימער אויב עס ווערט געשאַפן די נייע טאַון. נאָך די מיטינג פון אַ וואָך פריער, האָבן טאַון באַאַמטע געזאגט אַז זיי ווילן זיין מער פאָרזיכטיג איבער די אַפעקט פון פאַרלוירענע פּראָפּערטי–טעקס אייננאַמעס, סעילס–טעקס אייננאַמעס און אַנדערע קוואַלן אַזאַ ווי פעדעראלע הילף פאַר די "דייל–עי–באָס" פּראָגראַם.

דעריבער האָט קאָטשרען פאָרגעשטעלט אַ רייע "פון וואָס עס קען קאָסטן":
• פאַר די אייגענטימער פון אַ הויז מיט אַן געשאַצטע ווערד פון 280 טויזענט דאָלער אינעם טאַון–אָוו–מאָנראָו (אינדרויסן פון אירע ווילעדזשעס), קען עס לויפן פון 151.10 דאָלער צו 209.74 דאָלער, אָדער פון 2.79 פּראָצענט צו 3.84 פּראָצענט.
• פאַר די אייגענטימער פון אַ היים מיט אַ געשאַצטע ווערד פון דאָלער 280,000 אין דעם דאָרף, קען עס לויפן פון 145.66 דאָלער צו 204.93 דאָלער, אָדער פון 2.67 פּראָצענט צו 3.75 פּראָצענט.

די שאַצונגען זענען באַזירט אויף 2016 טאַון בודזשעט ציפערן און נעמען נישט אין באַטראַכט סיי–וועלכע שריט דורך צוקונפטיגע טאַון–באָורדס צו שניידן אויסגאַבן אָדער שאַפן נייע אייננאַמעס, ווי איידער פשוט הייבן טעקסעס.

מייק איגען, איינער פון די "יונייטעד מאָנראָו" פירער האָט געפרעגט דעם צוגאַנג פון די אַקאַונטינג פירמע. ער האָט געזאָגט, אַז די 164 עיקערס וואָס זענען שוין אַנעקסירט געוואָרן אין קרית יואל ווילעדזש, זענען געווען אַ טייל פון די טאַון–אָוו–מאָנראָו אין 16 ', און דעריבער האָט עס געשאַפן פּראָפּערטי–טעקס אייננאַמעס פאַר'ן טאַון. נאָך עטליכע פראַגעס און ענטפערס צווישן די אַקאַונטינג פירמע און איגען, האָט מעקגין אריבערגעפירט די דיסקוסיע אויף אַנדערע טעמעס.

עטליכע מענטשן האָבן געפרעגט, צי דער "ערשטער אַמענדמענט" פון די קאָנסטיטוציע וועט אַריינקומען אין דעם. — לויט דער "ליגעל אינפאָרמעישאן אינסטיטוט" אין דער "קאָרנעל לאוֹ סקול": "די ערשטע אַמענדמענט פאַרבאָט די רעגירונג פון מאַכן סיי–וועלכע געזעץ וואָס רעספּעקטירט אַ רעליגיע אינסטיטוציע. דאָס פאַרבאָט נישט בלויז די רעגירונג פון שאַפן אַן אָפיציעלע רעליגיע, נאָר פאַרבאָט אויך די רעגירונג אַקציעס וואָס בעפאָרצוגט אומבאַרעכטיגט איין רעליגיע איבער די אַנדערע. עס פאַרבאָט אויך די רעגירונג פון אומבאַרעכטיגט בעפאָרצוגן רעליגיע איבער נישט-רעליגיע, אָדער נישט-רעליגיע איבער רעליגיע".

בילד: פראַגעס איבער אַפעקט פון נייעם "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" האַלטן אָן נאָך צווייטע "פּאָבליק אינפאָרמאַציע סעסיע"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל