האוואאי – גיט אכט ווען איר באזוכט אין האנאלולו, אז ווען איר שפאצירט צופיס, און איר גייט אריבער א גאס, זאלט איר נישט האלטן דעם סעלפאן אין האנט. האנאלולו האט מיט עטליכע טעג צוריק באשטעטיגט א ניי געזעץ איינצוצוימען סעלפאן באנוץ פאר פיסגייער, זייענדיג די גרעסטע סיטי אין די פאראייניגטע שטאטן איינצופירן דעם פארבאט. ווען עס קומט צו דרייווערס, האבן בלויז געציילטע סטעיטס נאכנישט איינגעפירט געזעצן אז ס'איז אומלעגאל צו טעקסטן אינמיטן דרייוון, אבער האנאלולו און עטליכע אנדערע אמעריקאנער סיטיס נעמען שוין דעם קאמף אויך קעגן פיסגייער וועלכע טעקסטן און זענען פארנומען מיט'ן סעלפאן אינמיטן גיין אויף דער גאס. די האנאלולו אויטאריטעטן געבן צו פארשטיין, אז פונקט ווי עס איז געפארפול ווען א דרייווער זיצט ביים רעדל און ער איז פארטאן אין עפעס אנדערש, איז געפארפול ווען עמיצער שפאצירט דורך א פארנומענע שאסיי און ער קוקט נישט וואו ער גייט, און דעריבער האבן זיי באשטעטיגט דעם פארבאט אויף טעקסטן בשעת מען גייט אריבער א גאס. אויב א פאליציי אפיציר כאפט איינעם מיט'ן פארלעצן דאס נייע געזעץ, וועט יענער אויסשטיין א געלט שטראף פון 15 ביז 35 דאלאר, פאר דער ערשטער מאל פארלעצונג.

בילד: האנאלולו'ס "פיסגייער טעקסטן" געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל