בארסעלאנא – נעכטן האבן אויסגעזען ווי דער צושטאנד אינעם שפאנישן ראיאן קאטאלאניע בארואיגט זיך עטוואס, און מ'וועט דארטן לעבן מיט א נייעם רעאליטעט אין וועלכע די צענטראלע שפאנישע רעגירונג וועט האבן פולקאמע קאנטראל, אמווייניגסטנס אויף דערווייל, אנדערש ווי ביז היינט וואס קאטאלאניע האט גענאסן כאטש פון טיילווייזע זעלבסטשטענדיגקייט. ווי שוין באריכטעט, האט די שפאניער רעגירונג אויפגעלעזט די קאטאלאניע פארלאמענט און ארויסגעווארפן דעם ארטיגן פרעזידענט, און נעכטן האט מען געזען אז די קאטאלאניער פארטייען האבן געזאגט אז זיי וועלן זיך צושטעלן צו שפאניע'ס פארלאנג פאר פרישע וואלן אויפצונעמען א לאקאלע רעגירונג. מען האט אויך געהערט נעכטן אז די קאטאלאניער בירגער האבן איגנארירט ביטעס פון פרא-זעלבסטשטענדיגקייט אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט דורכפירן א מאסן סטרייק אין גאנץ קאטאלאניע, און באזונדער איז דער ארויסגעווארפענער קאטאלאניער פירער קארלאס פוזשעמאנט אוועקגעפארן (בעסער געזאגט אנטלאפן) קיין בעלגיע, און דערמיט האט ער אפיציעל אויפגעגעבן דעם קאמף פאר זעלבסטשטענדיגקייט.

בילד: צושטאנד אין קאטאלאניע בארואיגט זיך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל