נייראבי – דער אמטירנדער קעניער פרעזידענט אוהורו קעניעטא (Uhuru Kenyatta) האט באקומען ארום 98 פראצענט פון די שטימען, אין די ספעציעלע פרעזידענט וואלן וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן זונטאג אין קעניע, אבער עלעקשאן באאמטע האבן געזאגט אז בלויז 39 פראצענט רעגיסטרירטע וויילער זענען ארויסגעקומען שטימען. די פרעזידענט וואלן זענען אפיציעל פארגעקומען אין אוגוסט, וואו קעניעטא האט געווינען ווידערוויילונג, קעגן זיין הויפט קעגנער ראילא אודינגא. למעשה האט אודינגא באלד גע'טענה'ט אז די וואלן זענען געווען געפעלשט און האט פארשפראכן א לעגאלן קאמף, ביז עווענטועל האט דאס העכסטע קעניער סופרים קאורט איינגעשטימט מיט אודינגא און אנולירט די רעזולטאטן פון די ערשטע וואלן און באפוילן אז ס'זאל פאררופן ווערן פרישע וואלן. אודינגא האט אבער נישט אויפגעגעבן זיין אויפברויז, זאגנדיג אז די פרישע וואלן וועלן אויך זיין געפעלשט, און וועגן דעם האט ער און די גאנצע אפאזיציע באיקאטירט די פרישע וואלן פון די וואך זונטאג. דערווייל איז נישט קלאר וואס ס'גייט זיין ווייטער.

בילד: קעניע פרעזידענט געווינט קאנטראווערסיאלע וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל