דמשק – א ריזיגע קאנוואאי פון די "יונייטעד נעישאנס", אינאיינעם מיט די אראבישע "רעד קרעסענט" ארגאניזאציע, האבן נעכטן אנגעהויבן אריינפארן אין דעם באלאגערטן גועטא ראיאן אין סיריער הויפטשטאט דמשק, ברענגענדיג הילף צו מער ווי פערציג טויזנט געפלאגטע סירישע בירגער, צום ערשטן מאל זינט יוני יאר 16'. די יו-ען האט מיט מער ווי א יאר צוריק אפגעשטעלט אריינצוברענגען הילף אין יענעם ראיאן, נאכדעם וואס די מיליטערישע קרעפטן פון באשאר אסאד האבן פארשטערקערט זייער באלאגערונג אויף יענע געגנט, וויבאלד אין דער הויפטשטאט דמשק איז עס די איינציגסטע וואס איז דערווייל נאך אונטער קאנטראל פון די אנטי-אסאד רעבעלן. יו-ען באאמטע האבן באשולדיגט דעם סירישן רעזשים אין בלאקירן הילף פון די געגנטער, ברענגענדיג ערנסטע הונגער און הויכע ציפערן טויטפעלער פונעם הונגער אויף אומשולדיגע ציווילע בירגער, אבער אצינד האט דאס אסאד מיליטער אביסל נאכגעלאזט פון איר באלאגערונג און אריינגעלאזט די הילף קאנוואאי.

בילד: פרישע יו-ען הילף קאנוואאי אין סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל