וואשינגטאן – נעכטן זענען ארויסגעשטעלט געווארן די סאמע ערשטע קלאגעס אין דער אויספארשונג וואס ווערט אנגעפירט דורכ'ן ספעציעלן פעדעראלן פראקוראר ראבערט מוללער, ארום מעגליכע קאאפעראציע צווישן טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, און די ערשטע קלאגעס זענען קעגן דעם געוועזענעם טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט – און ווי עקספערטן זאגן זענען מער ארעסטן דערווארט אין די קומענדיגע טעג.

נעכטן אינדערפרי האט זיך מענעפארט אונטערגעגעבן, אינאיינעם מיט זיין לאנגיעריגן שותף ריק געיטס, פאר די פעדעראלע אויטאריטעטן אינעם לאקאלן עף-בי-איי אפיס אין וואשינגטאן די-סי, וואו ער איז פרעזענטירט געווארן מיט 12 קלאגעס קעגן אים, און עס שטעלט זיך ארויס אז די קלאגעס זענען פארבינדן מיט פינאנציעלע פארברעכנס, גארנישט איבער'ן טראמפ קאמפיין און רוסלאנד.

באזונדער האבן די פעדעראלע אויטאריטעטן געמאלדן אז א געוועזענער הויכראנגיקער טראמפ קאמפיין ראטגעבער, ביים נאמען דזשארדזש פּאפּאדאפּולוס, האט זיך דערקלערט שולדיג פאר'ן ליגנט זאגן ווען מען האט אים אויסגעפארשט איבער זיינע קאמיוניקאציעס מיט פארשידענע רוסישע פיגורן. פּאפּאדאפּולוס איז אין געהיים ארעסטירט געווארן אום יולי 27, און מסכים געווען זיך צו דערקלערן שולדיג.

וואס זענען די קלאגעס קעגן מענעפארט?

- ערשטנס ווערט מענעפארט אנגעקלאגט אז ער האט געדינט אלס אגענט פאר אן אויסלענדישע רעגירונג, אן דעם וואס ער זאל זיך רעגיסטרירן אלס "אויסלענדישער אגענט", ווי עס ווערט פארלאנגט לויט'ן געזעץ.

- מענעפארט האט געוואשן אכצן מיליאן דאלאר אין אומלעגאלע געלטער, און ער אינאיינעם מיט זיין לאנגיעריגן שותף ריק געיטס האבן מאנעוורירט 75 מיליאן דאלאר אין פארשידענע אויסלענדישע אקאונטס.

- ער איז באגאנגען א קרימינאלע אקט מיט'ן קאנספירירן צו באשווינדלען און אויספאפן די אמעריקאנער רעגירונג, ספעציפיש קעגן די טרעזשורי און יוסטיץ דעפארטמענטס, מיט'ן באהאלטן ארבעט פאר אנדערע רעגירונגען.

- באזונדער שטייט ארויסגעשריבן אז ביי עטליכע אויספארשונגען האבן מענעפארט און זיין שותף געיטס ליגנט געזאגט פאר פעדעראלע אגענטן, ווען מ'האט זיי געפרעגט פארשידענע פראגעס איבער זייערע אקטיוויטעטן.

וואס זענען די קלאגעס קעגן פּאפּאדאפּולוס?

- ווי מ'זעט פון די דאקומענטן וואס די פעדעראלע פראקורארן האבן ארויסגעגעבן, איז פּאפּאדאפּולוס ארעסטירט געווארן יולי 27, און פון דאן און ווייטער האט ער קאאפערירט מיט ראבערט מוללער.

- פּאפּאדאפּולוס קאאפערירט מיט מוללער, נאכ'ן זיך דערקלערן שולדיג אויף קלאגעס אז ער האט ליגנט געזאגט ווען פעדעראלע אגענטן האבן אים צום דערשט אויסגעפארשט איבער קאמיוניקאציעס מיט רוסישע פיגורן.

- פּאפּאדאפּולוס האט קאמיוניקירט מיט א פוטין-פארבינדעטן רוסישן פראפעסאר, וועלכער האט אים געזאגט אז די רוסישע רעגירונג פארמאגט שמוץ אויף פרוי קלינטאן און איז גרייט עס צו געבן פאר'ן טראמפ קאמפיין.

- ער האט געהאט געזאגט פאר פעדעראלע אויספארשער אז זיינע קאמיוניקאציעס מיט'ן פראפעסאר האט זיך שוין געהאט אנגעהויבן נאך בעפאר ער האט געארבעט פאר'ן טראמפ קאמפיין, אבער דאס איז געווען ליגנט.

- ווען די פעדעראלע אויספארשער האבן געטראפן באווייזן, אז דער פראפעסאר האט נאר אנגעהויבן קאמיוניקירן מיט פּאפּאדאפּולוס נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן ארבעטן פאר'ן קאמפיין, האט ער זיך מודה געווען.

- אין די דאקומענטן פון די פראקורארן שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז פון ווען פּאפּאדאפּולוס איז ארעסטירט געווארן אום יולי 27, טוט ער גאר וויליג און אקטיוו קאאפערירן מיט די אנגייענדיגע מוללער אויספארשונג.

די רעאקציעס צו מענעפארט'ס ארעסט

פרעזידענט טראמפ: דער פרעזידענט האט ארויסגעשיקט צוויי מעסעדזשעס אויף טוויטער, וועלכע האבן זיך געלייענט ווי פאלגענד: "סארי, אבער דאס איז פון יארן צוריק, נאך בעפאר פאול מענעפארט איז געווען טייל פונעם טראמפ קאמפיין, אבער פארוואס קוקט מען נישט אויף שווינדלערישע הילערי און דעמאקראטן? אויך, נישטא קיין קאלוזשען (צוזאמארבעט מיט רוסלאנד)!"

דאס ווייסע הויז: פרעסע סעקרעטאר סערע סענדערס האט געזאגט ביים טעגליכן פרעסע קאנפערענץ, אז די קלאגעס קעגן מענעפארט האבן גארנישט מיט טראמפ, ווייל ס'איז איבער פינאנציעלע קרימינאליטעטן. איבער די קלאגעס קעגן פּאפּאדאפּולוס, האט סענדערס פרובירט אפצוענטפערן, אז ער איז פאקטיש נישט געווען קיין באצאלטער אפיציעלער קאמפיין איינגעשטעלטער, און דעריבער האט עס אויך גארנישט מיט טראמפ.

די רעפובליקאנער: מען האט געהערט געמישטע רעאקציעס, ווען פון איין זייט האבן געוויסע רעפובליקאנער פאליטישאנס געזאגט אז מען דארף לאזן מוללער טאן זיין דזשאב און ווייטער פארשן, אבער פון דער אנדערער זייט האט מען געזען, א שטייגער ווי אויף די קאנסערוואטיווע "פאקס ניוז", א פארלאנג אז מוללער זאל זאפארט אפטרעטן פון אמט, וויבאלד ער שטעלט ארויס קלאגעס וואס האבן נישט קיין שייכות מיט'ן קאמפיין.

די דעמאקראטן: אנטי-טראמפ פאליטישאנס און דעמאקראטן אין אלגעמיין האבן געזאגט אז די קלאגעס קעגן מענעפארט זענען בלויז דער אנהייב, און אויך איז אנגעצייגט געווארן אויפ'ן פאקט אז די אויפדעקונגען איבער פּאפּאדאפּולוס זענען יא פארבינדן מיט'ן קאמפיין, און אז פון די דאקומענטן, זעט מען קלאר ווי ס'איז געווען קאאפעראציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און רוסישע פיגורן.

בילד: געוועזענער טראמפ קאמפיין מענעדזשער געקלאגט און ארעסטירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל